ארויסגעווארפן פון טיכל סטאר!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

ארויסגעווארפן פון טיכל סטאר!

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ס'איז געווען ערב יו"ט נאכמיטאג, כ'בין אריינגעגאנגען מיט אפאר קליינע קינדער אין א טיכל סטאר, קויפן עפעס פאר מיין ווייב. די אטאקע איז געקומען שנעל און שטארק. כ'האב געזעהן פאר מיר שטיין א אשה פארשמירט ווי די דאך פון א מצה בעקעריי, שוים ביי די מויל ווי שפת הים, און אנגעטוהן ווי איזבל. פלוצלונג האט זיך איר מויל געפענט און איך בין דעטראנקען געווארן אין איר פאר בושה. מענער ארויס! מענער ארויס! שרייט זי שטארק און קלאר, אזש כ'האב געמיינט איך בין צוריק אין כתה ג' ביי ענגליש. קודם האב איך געמיינט זי איז א קאסטומער, אבער ניין זי איז די סעילס לעדי. כ'האב איר געזאגט, אפשר לייג א סיין אינדרויסן אנשטאט שרייען, געט זי מיר א ליידיגע בליק ווי א פרה אדומה אלץ ענטפער.

די זאך איז אזוי, קען זיין זי איז גערעכט אלס ביזנעס אויס, אבער ס'האט בעקפייערט, ווייל מיין ווייב גייט שוין נישט גיין דארט. איי פאר אנדערע קאסטומערס, ווייס איך שוין נישט, אפשר וועט עס העלפן אז מ'דארף שוין נישט רופן חזק האטליין מ'קען שוין נתעורר ווערן אין סטאר בשעת'ן קויפן.

איך בין שוין כמה פעמים געווען און אלע מיני פרויען סטארס, נישט אלעמאל קען די ווייב גיין. אבער דיס וואס עי פורסט.

וואס האלט די עולם? ווען איך גיי צו G&G מיין איך טיילמאל איך בין אויך אין א פרויען סטאר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

כי שרית עם אלוהים ותוכ"ל!
באניצער אוואטאר
היימישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:26 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך היימישער »

א פרוי האט דערציילט ווי זי איז געווען און א טיכל סטאר און ווילאמסבורג און א מאן איז אריינגעקומען די סעלס לעדי האט קודם געסערווד די מאן, און ווען א פרוי האט זיך אונגערופען מיט חצפה פאר די סעלס פרוי אז זי איז שוין דא אסאך פאר אים האט זי זייער קליג געענטפער, אז די ביסט שוין דא 30-40 מיניט און די קענסט נישט אפמאכען וואס די ווילסט און די מאן איז אריינגעקומען און ביז 5 מיניט איז ער געווען אינדערויסן, שפעטער וועס די פרוי קאסטעמער איז ארויס האט די סעלס פרוי געזאגט אז ווען א מאן קומט אריין פילט ער נישט קאמפרטבל סא סערווירט זי אים פריער
דאס הייסט נארמאל
פארשפארט