בלאט 1 פון 6

בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:38 pm
דורך באריסטא
מיט פרייד ווילן מיר מעלדן אז מיר האלטן אינמיטן ארבעטן אויף א פארמאכטן פארום וואס וועט זיין געאייגנט פאר חרדי'שע אידן אויסצושמועסן ענינים וועלכע פארלאנגען א פריוואטע אטמאספערע.

דער נייער פארום וועט ווערן צוגעשטעלט אויף דער בקשה פון פילע חברים וועלכע האבן ארויסגעברענגט ווי שטארק עס פעלט אויס א מקום וואו א היימישער איד זאל קענען זיך צונויפשמועסן בדיבוק חברים על דרך התורה, וע"ד אבותינו ורבותינו. דער פלאץ ווערט געעפנט בלויז אלץ א סערוויס פאר'ן היימישן עולם, זיך צו העלפן איינער דעם צווייטן, און נישט אלץ א פלאץ וואו מ'זאל זיך קומען אויסלופטערן. כדי צו פארזיכערן אז דער מקום בלייבט איידל און ריין, און פאסיג פאר אן ערליכן באשיידענעם חסידישן איד, וועלן נאר ערלויבט ווערן ריין חרדי'שע השקפות.

די פרינציפן פון דעם פארום וועלן אין איין וועג זיין לייכטער פון די אנדערע אפענע פארומס מיט דעם אז עס וועט ערלויבט ווערן אויסצושמועסן זאכן וועלכע מען קען נישט אויסשמועסן אין דער עפנטליכקייט, אבער פון דער אנדערער זייט וועט עס זיין פיל שטרענגער פון די אנדערע פארומס מיט דעם אז עס וועט עקזיסטירן א שטרענגער צענזור וואס וועט פארזיכערן אז דער סטאנדארט בלייבט גאר הויך.

צוליב דעם וואס מיר וועלן זייער נזהר זיין אז אלעס וואס ווערט געשריבן אין דעם פארום איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן פאר די אלע וועלכע דרייען זיך דארטן, וועלן מיר אוועקשטעלן עטליכע תקנות וועלכע וועלן גאר שטרענג אינפארסירט ווערן. עס וועט עקזיסטירן א שטרענגער צענזור, און זאכן וואס טויגן נישט וועלן תיכף פארמעקט ווערן.

צוצוקומען צו דעם פארום וועט מען דארפן באקומען ספעציעלע ערלויבעניש, און עס וועלן פאר דעם אוועקגעשטעלט ווערן פארשידענע גדרים. עס וועלן אנגענומען ווערן חברים וועלכע האבן שוין געשריבן כאטש 75 זאכליכע הודעות אין די אלגעמיינע פארומס, און מיר האבן זיך איבערצייגט אין זייער ארנטליכקייט. וויבאלד דער פארום איז געמאכט אז איינער זאל העלפן דעם צווייטן, און נישט אז מ'זאל זיין בלויז א מקבל, וועט יעדער מעמבער דארפן שרייבן א מינימום פון פיר הודעות אין יעדער צייט-אפשניט פון צוויי וואכן.

דער פארום איז נאך אינמיטן דער ארבעט, דערווייל ווילן מיר הערן הצעות פון די חשוב'ע חברים, סיי איבער דעם מהות פון דעם פארמאכטן פארום, און סיי איבער אנדערע טעכנישע איינצלהייטן. ביטע שרייבט דא אייערע הצעות, אדער שיקט אריין אין אישית צו מיר אדער צו די אנדערע גבאים.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:50 pm
דורך ראשעקאל
פשיהא!! דאס איז געוואלדיגע נייעס!! לאמיר האפן אז ס'וועט זיך אויסארבייטען.
:like :like

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:52 pm
דורך שמואל הלוי
א הארציגן דאנק פאר די מנהלים פאר אלעס וואס זיי טוען און גיבן זיך איבער לטובת הכלל, ועכשיו ביותר מיטן צושטעלן די פרייוואטע פארום וואס האט שוין לאנג אויסגעפעלט, און איך האב שוין עטליכע מאל געוואלט עפענען א אשכול מיט אזא פארלאנג, אבער איך האב נישט געהאט די קוראזש דערצו.

די ערשטע פון אלעם דארף מען שטיין על המשמר אז בחורים זאלן אהין זיך נישט אריינבאקומען, איך האב פאר דעם עטליכע עצות, וואס ווי פארשטענדליך קען איך עס אבער נישט שרייבן דא אין פאבליק.

איך האב נאך זאכן וואס ס'ליגט מיר יעצט אויפן צינג צו שרייבן אין דעם ענין, אמנם עכשיו אסתגר בזה.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:00 pm
דורך לאדיך אפ
זייער שיין! :לייק

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:23 pm
דורך אלבערט
איז שוין דער נייער פארמאכטער פארום אין קראפט?

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:24 pm
דורך הערשל
געוואלדיגער רעיון.

עס מיינט אז איך ברויך מיר צופלייסן און אפשרייבן נאך א שיינע פאר הודעות כדי זוכה זיין אריינצוקומען אינעם נייעם פורום?

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:26 pm
דורך Java
אלבערט האט געשריבן:איז שוין דער נייער פארמאכטער פארום אין קראפט?

ניין. אבער מען קען זיך שוין איינשרייבן.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:27 pm
דורך שמואל הלוי
ווי שרייבט מען זיך איין?

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:33 pm
דורך Java
שמואל הלוי האט געשריבן:ווי שרייבט מען זיך איין?

שיקט א פריוואטער הודעה צו איינער פון די גבאים.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:34 pm
דורך Java
הערשל האט געשריבן:געוואלדיגער רעיון.

עס מיינט אז איך ברויך מיר צופלייסן און אפשרייבן נאך א שיינע פאר הודעות כדי זוכה זיין אריינצוקומען אינעם נייעם פורום?

פארשטייט זיך.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:43 pm
דורך randy_couture
1) נישט יעדער לייענער איז א שרייבער. ווי קענסטו פארלאנגען 75 ״זאכליכע הודעות״ איך למשל קען נישט גוט שרייבן אבער איך לייען זייער אסאך

2) פארוואס זאל מען אויך מוזן שרייבן פון מיר אויס אויב איז עס אינטערסאנט בין איך ענדערש גרייט צו צאלן 5 דאלער א חודש ווי איידער מיך צו צווינגען צו שרייבן כדי צו קענען לייענען.

שכוח

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:46 pm
דורך יאנקל
א גרויסן דאנק. גאר גוטע נייעס.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:54 pm
דורך משה געציל
יישר כח מנהלים, גבאים, איך ווארט שוין אויף דעם א שטיקעל צייט.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:57 pm
דורך שמואל הלוי
randy_couture האט געשריבן:1) נישט יעדער לייענער איז א שרייבער. ווי קענסטו פארלאנגען 75 ״זאכליכע הודעות״ איך למשל קען נישט גוט שרייבן אבער איך לייען זייער אסאך

2) פארוואס זאל מען אויך מוזן שרייבן פון מיר אויס אויב איז עס אינטערסאנט בין איך ענדערש גרייט צו צאלן 5 דאלער א חודש ווי איידער מיך צו צווינגען צו שרייבן כדי צו קענען לייענען.

שכוח

מן הסתם ליינסטו זייער אסאך אומאיינגעשריבן, ווייל א גרויסע ליינער וואלט שוין געמעגט האבן געגעבן מער לייקס, און אזוי ארום שרייבסטו אויך כמעט נישט צו.

אפשר זאלסטו זיך איינפירן צו ליינען שטענדיג איינגעשריבענערהייט, וועסטו אויטאמאטיש גרינגער צולייגן א תגובה'לע דא און א תגובה'לע דארט, און ביז א קורצע צייט וועסטו האבן די נויטיגע צאל תגובות.

אויב שרייבסטו אין די קומענדיגע 11 טאג יעדן טאג 5 תגובות וועסטו האבן די נויטיגע צאל אין בלויז 11 טאג.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:59 pm
דורך שמואל הלוי
נאכקוקענדיג דיין רעקארד, זעה איך אז אין די ערשטע פאר טאג נאכן איינשרייבן זיך האסטו געשריבן פיל מער, אלזא אז דו ווילסט קענסטו.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:02 pm
דורך randy_couture
I have a business to run and I only read at night in my bad from my iPhone. So it's not easy to type Hebrew on the iPhone. Back in ivelt I was all the way for English but somehow in the middle of the discussion there I changed my mine without letting them know.

But I decided to try and write in Yiddish only because it's easier to read for must guys. Plus when u use Yiddisha words in English letters it's a mess. Like rabiny. Vd"l. Etc.

Anyhow I don't think ur right on that that's my opinion.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:37 pm
דורך קול גדול
ס'וואלט געווען א גוטע געדאנק אבער ווי איך פארשטיי וועט דארט הערשן א שטרענגע צענזור, וואס איז שוין דא גענוג דערפון אזוי אויכעט, דעריבער איז עס נישט צו ציענד (appealing) פאר מיר.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:43 pm
דורך שלמה_דיין
א געוואלדיקע רעיון! שוין לאנג נישט דא ווי חרדים יראי השם זאלן קענען רואיגערהייט אדורך רעדן ענינים שבין איש לאשתו! פארשטייט זיך אז איינער פון די עיקר תועליות פונעם אונטערנעץ איז דאס קענען נאך קוקען פראבלעמען וואס געווענליך האלטן מאנכע זיך צוריק מחמת בושה, אבער דא אין דעם פארום וועט דאך זיין אז נדברו יראי ה'...
בפרט האב איך הנאה אז די הנהלה האט געזען פאר וויכטיג דארט איינצופירן א שטרענגערע צענזור ווי אין אנדערע פארום'ס. כל מקום שאתה מוצא גדר ערוה אתה מוצא קדושה. מילא איז דאך וויכטיג אכטונג צו געבן אז די פארום זאל נישט ווערן איבערגענומען מיט נבלה וואס מיט דעם וועט זיין יצא שכרו בהפסדו!
מיט דעם תנאי געב איך מיין פולע הסכמה!

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:57 pm
דורך דעינעש
במחילת כבוד שמואל הלוי,
דברי randy_couture נראין, ואני משתתף עמו.

מזל טוב כבודכם שמואל הלוי "ואת האלף", ומשם ראי' לדברי randy_couture, אז נישט יעדער קען זייו אזוי פלייסיג אויף פארום'ס מיט טויזענט פאוסט'ס אין א קורצע צייט,

It depends what you do for a living too,
ותחזקנה ידיכם, וידינו

ווי אויך קול גדול האט א פינטל.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:00 am
דורך שמואל הלוי
75 תגובות איז בכלל נישט קיין סאך, און די מנהלים האבן רעכט דערמיט.

מ'מוז נישט זיין קיין שרייבער דערצו, כלל וכלל לא.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:20 am
דורך דבילה
איך בין מסכים מיט די מנהלים און שמואל הלוי. א פארום וואס האט נאר ליינערס איז קיין פארום נישט! טא וואסארא פנים 'עלען מיר האבן אויב יעדער קלערט זיך אן אז נישט עם מיינט מען? דו ווילסט צוטריט? שרייב! מוז נישט זיין קיין סאך, אבער שרייב! 'עסטו פרעגן וואס איז מיט מיר? שוין... איך פארמאך מיר דאס מויל...

בדא"ג, ר' שמואל, איר קענט מיר אפשר אוועק בארגן עטליכע תגובות? (געדענק, הלוואות קומען אויף די חשבון פון מחילות)

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:24 am
דורך שמואל הלוי
נאר בארגן? איך גיב דיר גערן אוועק וויפיל דו ווילסט בחפץ לב ;)

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:00 am
דורך אנאליזירער
א גרויסע דאנק פאר די הנהלה פאר'ן צושטעלן אזא חשוב'ע זאך. :like
איך וועל מיך נאר דארפן צויאגן אביסעלע מיט מיין סכום פון הודעות, און אויך זיכער מאכן אז זיי זאלן זיין "זאכליך"...
און וועגן די טענה'ריי - איך פארשטיי זייער גוט אז אויב מ'געט ערלויבעניש מוז מען מיטארבעטן, נישט סתם געניסן אבער נישט צוגעבן.