בלאט 1 פון 3

חסידישער מאדעל יואלי ווייסהויז

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 7:01 pm
דורך חד גדיא
די וועלט פון פעשען (fashion) איז אויף מיט דעם נייעם שטערן אין דעם עולם ה'מאדעלינג. יואלי ווייסהויז א חסידישער אינגערמאן האט געמאדעלט פאר "אמעריקען אפעראל" - א באקאנטע קליידער פירמע. די פירמע וואס נוצט געווענטליך פריצות'דיגע פרויען פאר מאדעלינג, האט מחליט געווען אז א חסידישער אינגערמאן קען אויך כאפן די אויג...!

ווייסהויז איז 32 יאר אלט. ער איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג. היינט וואוינט ער אין אפסטעיט.

די קליידער וואס ער מאדעלט פאר איז טאקע פון די קאמפעני, אבער די קאמפעני האט נאך נישט אין פלאן צו פארקויפן שטריימלעך... ער האט געברענגט זיין אייגענע שטריימעל פאר די בילדער.


בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

דער נייער מאדעל איז באשריבן געווארן אלל אווער.

דעילי ביסט
http://www.thedailybeast.com/articles/2 ... parel.html

דעילי מעיל
http://www.dailymail.co.uk/femail/artic ... hanah.html

אינדעפענדענט
http://www.independent.co.uk/news/world ... 00157.html

האפינגטאן פאוסט
http://www.huffingtonpost.com/2013/09/0 ... 65067.html

היב מאגאזין
http://heebmagazine.com/american-appare ... yoel/47186

פערעז הילטאן
http://perezhilton.com/cocoperez/2013-0 ... h-hashanah

הארץ
http://www.haaretz.com/jewish-world/jew ... s/1.545563

פארווארד
http://blogs.forward.com/forward-thinki ... c-apparel/

און נאך אסאך.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 7:17 pm
דורך זר זהב
דיסגאסטינג

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 7:18 pm
דורך סלינקי
גראדע א שיינע בארד

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 7:22 pm
דורך קאמענטירער
זר זהב האט געשריבן:דיסגאסטינג

זיי דיך מסביר אממ כמיין וואס מיינט די ווארט?

איך בין נייגעריג אויב די עדד. וועט צוציען קאסטעמורס לכבוד דעם מאדעל
און וויפיל געלט מאכט מען פון זיין א מאדעל?(בערך,ארום)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 8:25 pm
דורך outspoken
יואלי ווייסהויז, WE ARE PROUD OF YOU ביסט אפשר נישט אינם א''ג סיסטעם, אבער ברענגסט אונז ארויס אויפן וועלט אין א גוטן ליכט, סיי מיט דיין פייט פאר טאלס און איצט מיט דיין איידעלע מאדעלינג. און אויך מיט דיין עקטינג אויף שטויבערס פילם.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 8:39 pm
דורך ביבער
די בארד איז נישט שלעכט אבער ס'קומט נישט צו זיין טאטנ'ס בארד.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 9:11 pm
דורך נייגעריגער
outspoken האט געשריבן:יואלי ווייסהויז, WE ARE PROUD OF YOU ביסט אפשר נישט אינם א''ג סיסטעם, אבער ברענגסט אונז ארויס אויפן וועלט אין א גוטן ליכט, סיי מיט דיין פייט פאר טאלס און איצט מיט דיין איידעלע מאדעלינג. און אויך מיט דיין עקטינג אויף שטויבערס פילם.

וואס איז דאס "שטויבער'ס פילם"?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 9:33 pm
דורך outspoken
נייגעריגער האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:יואלי ווייסהויז, WE ARE PROUD OF YOU ביסט אפשר נישט אינם א''ג סיסטעם, אבער ברענגסט אונז ארויס אויפן וועלט אין א גוטן ליכט, סיי מיט דיין פייט פאר טאלס און איצט מיט דיין איידעלע מאדעלינג. און אויך מיט דיין עקטינג אויף שטויבערס פילם.

וואס איז דאס "שטויבער'ס פילם"?

יואלי שטויבער האט געמאכט א פילם ווי חרידישע אינגעלייט זוכען א נייע געגענט.

דא האט איר נאך פון זיין ארבייט

It is not Weisshaus’ first star turn, said the Satmar Hasid, who has his own website. He is part of a group of shomer Shabbat actors who work as extras in movies and television shows set in Hasidic areas. He was in the 2011 Sean Penn movie “This Must Be the Place” about a Nazi war criminal hunting washed up rock star, and recently shot an episode of the CBS show Blue Bloods, which is about a family of police officers and stars Tom Selleck. “I’m one of the very few Hasidim who puts my face out there,” he said, in a thick Yiddish accent.

Read more: http://blogs.forward.com/forward-thinki ... z2eRunTukZ

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 9:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך האב מער ליב די סטייל.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 9:59 pm
דורך מאראנצןזאפט
ער האט אויך אמאל אריינגעגעבן א קלאגע אקעגן די ניו דזשוירסי פארט אויטאראטי ווען זיי האבן געהעכערט די טאל פרייזן אן א קאמיוניטי באורד מיטינג, און איז דעמאלט אינטערוויוט געווארן אין דער אלגעמיינער מידיע.
זעט אויס ער איז א מושלם און מאדעלינג איז פון זיינע קליינע מעלות.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 10:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
זעה דא א שטיקל שמועס פון דעם. viewtopic.php?p=142090#p142090
זיין וועבסייט: http://www.yoelweisshaus.com/index.html
ארטיקל איבער די לאוסוט: http://nypost.com/2011/10/16/yoel-vs-th ... authority/

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 10:23 pm
דורך סלינקי
ביבער האט געשריבן:די בארד איז נישט שלעכט אבער ס'קומט נישט צו זיין טאטנ'ס בארד.


ווילסט מיר זאגן ער איז ר' וואלוויש'נס זוהן?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 10:30 pm
דורך מנשה לוסטיג
סלינקי האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:די בארד איז נישט שלעכט אבער ס'קומט נישט צו זיין טאטנ'ס בארד.


ווילסט מיר זאגן ער איז ר' וואלוויש'נס זוהן?

און מיט זיין טאטנס קאר, איז עס טאקע א דבר השלם..

יואלי כל הכבוד!!!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:11 am
דורך קאווע טרינקער
פוי.
כ'הייב זיך אן צו עקלען פון דז'ינס.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:41 am
דורך קלוג און יונג
איך וואונדער זיך שוין לאנג ווי אזוי כ'וואלט אויסגעזעהן מיט א רויטען pullover און א סעט אף זשיענס...כ'בלייב מיטען היט און רעקל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:42 am
דורך יאיר
דער איז דאך א היסטארישער מיאוסקייט. מ'האט נישט געקענט נעמען עפעס א מלכיאל קאטלער סטיל בארד?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:50 am
דורך שאולדיספריםפאקער
איז דעי מענטש א חתונהגעהאטער ?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:57 am
דורך רויטע וואנצעס
יאיר האט געשריבן:דער איז דאך א היסטארישער מיאוסקייט. מ'האט נישט געקענט נעמען עפעס א מלכיאל קאטלער סטיל בארד?


במקום שאין איש, איז יעדער א מחותן ביים טיש.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:18 pm
דורך מנשה לוסטיג
אמאל מעג א צווייטער זיך אויך ארויסשטעלן..

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:58 pm
דורך הוגה
איך האב גראדע גאר שטארק הנאה פון אים. איך האב הנאה ווען איינער טוט עפעס אויסער די באקס. ער וואלט געקענט זיין א באס דרייווער, א סעילסמאן, א ריעל עסטעיט אינוועסטאר וכדומה, אבער דערווייל האט ער ענדערש מחליט געווען צו טון עפעס וואס apparently ציט אים. עס זענען דא ווייניג פון די ק"ש מיטגלידער (ואני הגדול בתוכם) וואס פארמאגן אזעלכע ביצים ווי ער. בנוגע צו ער זעהט אויס שיין אדער מועס. ער איז אבוויעסלי נישט דא אונז צו אימפרעסן נאר ענדערש די וואס וועלן עווענטואל קויפן די סארט קליידער, איך שטעל מיך פאר מער די היפסטער crowd. און זארגט אייך נישט "אמעריקאן אפעראל" פארשטייט נאך אזוי גוט צו מועסקייט און שיינקייט ווי דו און איך.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:02 pm
דורך זר זהב
וואלט איך געווען א גוי וואלט איך זיך פאר'מיאוס'ט פון חסידישע אידן זעהנדיג דעם אדווערטייזמענט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:05 pm
דורך הוגה
זר זהב האט געשריבן:וואלט איך געווען א גוי וואלט איך זיך פאר'מיאוס'ט פון חסידישע אידן זעהנדיג דעם אדווערטייזמענט


וואלסטו געווען א גוי וואלסטו אוודאי געטראכט אין גאנצן אנדערש ווי דו טראכסט היינט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:05 pm
דורך מנשה לוסטיג