די עבודה צו אפרישיעטן גאט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:00 pm
אויב האט איינער באמערקט, זענען רוב ארטיקלען און תגובות דא אין שטיבל געשריבן היבש אויף א נעגאטיוון פארנעם. נישט אז ס'איז נישט אמת די אלע קלאגענישן, אבער למעשה ברענגט מען אממערסטנס ארויס דעם שרעקליכן מצב ביי אונז בגשם וברוח, צי מיט א פארביטערניש צי מיט הומאר, אבער דער רוח דא איז אין אלגעמיין נישט פאזיטיוו, כאטש עס זענען פאראן יוצאים מן הכלל. איך באקלאג זיך נישט און מיין נישט קיינעם, אבער כ'מיין יעדן און אויך מיר אליינס. עס איז פשוט א פאקט.
איך פלאן צו עפענען אפאר אשכולות במשך תשע"ד מיט א פאזעטיוון רוח, און איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן, נאך אלעם דארף מען אויך קוקן די גוטע זייט, און ווי מען זאגט אין ענגליש: "קאונט יואר בלעסינגס". וזה יצא ראשונה בעזר ה'.
אין ליכט פון הוגה'ס אשכול "די עבודה פון מוחל זיין גאט", האב איך געטראכט צו באשרייבן די אנדערע זייט אביסל, "די עבודה צו אפרישיעטן גאט". ווען מען עפנט א חובת הלבבות און אנדערע ספרים, בעיקר ספרי ר' אביגדור מיללער ז"ל, באגעגנט מען זיך כסדר מיט דעם איידיע אז מיר זענען ארומגענומען מיט אזויפיל חסדים אז מען נעמט עס שוין פשוט פאר "גרענטעד", מען אנערקענט עס שוין נישט ניטאמאל, און מען כאפט נישט אז מען דארף אפגעבן א שבח והודאה פאר השי"ת על כל נשימה ונשימה.
כדרכי, האב איך אסאך אין בויך, און מיינע מחשבות זענען נישט מסודר. איך שרייב און כיד ה' הטובה וועט דער עולם פארשטיין און מוסיף זיין אייגענע צוקער און האניג (אנשטאט זאלץ און פעפער, ווי געווענליך). אסאך רעיונות קען מען אפווענדן, און איך ווייס עס, און איך קען עס טאקע באשטיין אויסצושמועסן.
איז אזוי. דאנקען השי"ת אויף די גוטע זאכן וואס מען האט איז וויכטיגער ווי מתפלל זיין אויף וואס מען האט נישט. עס איז הכרת הטוב, און עס ברענגט א מער פאזיטיוון קשר צווישן דעם מענטש און באשעפער. עס מאכט א מענטש בשמחה און AWARE אויף זיינע פילע גוטע זאכן וואס ער פארמאגט. א דוגמא דערויף פון ר' אביגדור: ווען א מענטש שפירט א ווייטאג אין א פינגער, טראכט ער אמאל אז שוין חדשים און יארן וואס די פינגער ארבעטן אים בסדר גמור אן קיין פראבלעמען? וויפיל ברויט האט ער שוין אנגעכאפט צו עסן במשך זיין לעבן? וויפיל מאל האט ער גענוצט דעם פינגער זיך צו קראצן, אנצוגרייטן זאכן, אפטייפן תגובות? וויפיל מאל האסטו סוקסעספול געקוועטשט די קנעפלעך פונעם קיבאורד אויף דיין קאמפיוטער? און נאך הונדערטער זאכן וואס מען כאפט ניטאמאל? אז דו האסט ציין ווייטאג, ביז נעכטן האבן אלע ציינער פונקציאנירט בשלימות, קענסט משיג זיין וויפיל עסן דו האסט שוין צעקייעט דערמיט?
די וועלט זאגט (יואב, פליז, באוואש מיר נישט) אז ווען מען גייט אין שפיטאל, הייבט מען אן צו דאנקען גאט פאר די געזונט וואס מען האט, אז אלע קאמפליצירטע רמ"ח אברים און שס"ה גידים פונקציאנירן כראוי וכדבעי, the way they are designed to run and function, טא פארוואס ווארטן ביז מען זעהט די אנדערע ליידן?
מען שטייט אויף צופרי הייבט מען גלייך אן דאנקען השי"ת פאר זיינע חסדים. מודה אני לפניך. און במשך דעם דאווענען לויבט מען ה' פיל מער ווי תפלות און בקשות אויף להבא. גאנץ פסוקי דזמרה איז לויב צו ה'. און שפעטער ביי שמו"ע, מודים אנחנו לך... ועל נסיך שבכל יום עמנו, ועל נפלאותיך וטובותיך שבכל עת (אגב, די ווערטער 'ערב ובוקר וצהרים' גייט ארויף אויף פריער, א המשך אויף "ונספר תהלתך", נישט אויף "שבכל עת"). צי טראכטן מיר אמאל אריין די אפטייטש פון די ווערטער? שב"ק, די מודה אני לפניך על כל החסד אשר עשית עמדי וכו' ועם כל בני ביתי... עס צעגייעט דאך אין די ביינער!
מען וואלט געקענט מאכן א ליסטע ריזיג לאנג פון אלע חסדי ה'. אסאך דערויף האבן חז"ל און די אכה"ג מתקן געווען ברכות, למשל פוקח עורים אז מיר קענען ב"ה זעהן, מלביש ערומים אז מיר האבן קליידער, מתיר אסורים וזוקף כפופים אז אלע אונזערע אברים און ביינער ארבעטן גוט און מען קען זיך אראפזעצן און אויפשטעלן נארמאל... האט איר שוין געטראפן איינעם מיט א סטראוק ל"ע? זענען מיר נישט גליקליך?
וויפיל מאל האבן מיר געשפירט באליבט ביי אנדערע מענטשן, פון די אייגענע ווייב און קינדער ביז חברים וקרובים? וויפיל לייקס האסטו באקומען? (קוק ווער עס רעדט), וויפיל נחת האסטו געשעפט פון דיינע קינדער? פון דיינע זיסע בעביס מיט די לעכטיגע אייגעלעך וועלכע מיט די שמייכל שרייעט זי "טאטא"? וויפיל גוטע פעטע סאפערס האסטו אריינגעריקט און ביי בורא נפשות פארגעסן אמת'דיג צו דאנקען וועמען מען דארף? וויפיל געשמאקע סעודות אריינגערוקט, שבתות וימים טובים און שמחות? וויפיל מאל ביסטו גוט געשלאפן און אויפגעשטאנען געזונט און פריש ווי א נייער מענטש, בערב ילין בכי ולבוקר רנה? וויפיל שיינע הערליכע איינגענעמע וועטערס איז געווען? פארוואס געדענקסטו נאר די איינצעלנע געציילטע הייסע נאסע טעג אדער הוריקעין און שטורעמס און ביטערע קעלט?
ידידינו החשוב כמר [tag]ידען[/tag] האט געעפנט א אשכול "איך לויב דעם אייבערשטן". דער אשכול איז כמעט ליידיג. פארוואס, רבותי, פארוואס? מיר האבן נישט געטראפן אויף וואס צו דאנקען? עס פעלט אונז גוטע זאכן אין לעבן? איר האט א אייגענע הויז? איר האט קינדער? איר באקומט אמאל גוטע גריסן אויף אייערע קינדער? שעפט איר נחת ווען איר פארהערט זיי? ביסטו געווען אויף א געשמאקע וואקאציע? האסט א קאר? עס איז דיר ווארעם ווינטער און קאלט זומער? האסט א לעבן הונדערט מאל באקוועמער ווי דיינע זיידעס, אלעס צוגעשטעלט "אינסטענט"?
ר' אביגדור איז מסביר נאך טיפער. אפילו די ווייטאגן זענען דאך אויך לטובה. אפגערעדט פון דעם אז מיר גלייבן דאך אז אלעס איז העכערע זאכן להטיבך באחריתך, אבער אפילו אויף אונזער מדריגה, ווען דער צאן טוט דיר וויי איז עס א סימן אז עפעס איז נישט אין ארדענונג און דו דארפסט גיין צום דאקטאר, אדער בעסער קעהר נעמען פון דיינע ציין! ווען מיר זאלן נישט שפירן קיין ווייטאג, וואלטן אסאך שרעקליכע זאכן געקענט פאסירן אומערווארטעט ח"ו. קומט דאך אויס אז דער ווייטאג איז נאר א חסד פון באשעפער.
ווען מען נעמט צוזאמען די אלע חסדים, און מען לייגט עס אויפן רעכטן זייט וואגשאהל, און דערנאך די שוועריגקייטן פונעם יאר אויפן לינקן זייט, וואס טראכט איר, וועלכע וואלט אריבערגעוואויגן?