בלאט 1 פון 6

בת מצוה פון אסתר לאווען

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:24 pm
דורך ידען
אסתר לאווען האט געהאט א שיינע בת מצוה אין מאנטריאל און זי האט געהאט חשובה געסט.

די פארווערטס שרייבט עס זייער שיין און וויזוי זיי זענען זייער פאזיטיוו און זיי רעדען נישט אויף די חסידים יעצט.


http://yiddish.forward.com/articles/172 ... t-mitzvah/

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:26 pm
דורך ידען
געוויינטלעך, ווען אַ מיידל פּראַוועט איר בת־מיצווה אין שיל, שעפּן נחת אירע קרובֿים, פֿרײַנד און די אַנדערע מיטגלידער פֿון דער סינאַגאָגע. בײַ אסתּי לאָוענס בת־מיצווה אין מאָנטרעאָל האָבן אויך אָנגעקוואָלן אַ ספּעציעלע גרופּע געסט: צען ייִדן פֿון ניו־יאָרק, וועלכע זענען דערצויגן געוואָרן אין דער חסידישער וועלט, אָבער זענען שוין מער נישט קיין טייל דערפֿון. די גרופּע איז געקומען קיין מאָנטרעאָל, טאַקע בלויז כּדי משׂמח זײַן מיט אסתּי און איר משפּחה.

די סיבה פֿאַר זייער קומען איז, ווײַל די לאָוענס האָבן אַליין אַ מאָל געהערט צו אַ חסידישער קהילה, אָבער זענען מיט זעקס יאָר צוריק אַוועק פֿון דאָרט און האָבן זינט דעמאָלט זיך באַמיט מיט אַלע כּוחות אויפֿצושטעלן אַ נײַ לעבן אין מאָנטרעאָל. ס׳איז געווען אַ שווערע צײַט פֿאַר זיי, בפֿרט ווײַל דער טאַטע, יוחנן, איז אויף אינוואַלידן־פּענסיע [„דיסאַביליטי‟] צוליב אַן אויגן־קראַנקייט און די מאַמע, שפֿרה, האָט נאָך אַלץ נישט פֿאַרענדיקט אירע שטודיעס.

פֿון דעסטוועגן, טוען די עלטערן אַלץ מעגלעך, אַז זייערע פֿיר קינדער זאָלן קריגן אַ גוטע ייִדישע דערציִונג. זיי רעדן ווײַטער ייִדיש מיט זיי; שיקן זיי אין אַ ייִדישער טאָגשול, און מיט צוויי יאָר צוריק האָבן זיי זיך אָנגעשלאָסן אין דער רעקאָנסטרוקציאָניסטישער שיל „דורשי אמת‟. טאַקע דאָרט איז מיט צוויי וואָכן צוריק פֿאָרגעקומען די בת־מיצווה צערעמאָניע, וווּ אסתּי האָט סײַ געלייענט תּורה, סײַ אָפּגעהאַלטן אַ דרשה.

מיט אָנדערטהאַלבן יאָר צוריק האָט איר ברודער, חיים, דאָרט אויך געפּראַוועט זײַן בר־מיצווה, און פֿון דעמאָלט אָן איז ער געוואָרן איינער פֿון די רעגלמעסיקע תּורה־לייענער פֿון דער שיל.

די ניו־יאָרקער געסט, וועלכע ווייסן גוט דעם טעם פֿון אָפּשיידן זיך פֿון דער חסידישער וועלט, האָבן זיך נישט געקענט אָפּוווּנדערן סײַ פֿון אסתּיס פֿעיִקייטן, סײַ פֿון איר משפּחהס זיך פֿילן היימיש אין דער מאָדערנער אַמעריקאַנער סינאַגאָגע. „די גאַנצע זאַך איז מיר געווען זייער אינטערעסאַנט,‟ האָט באַמערקט אַרי מאַנדעל, אַ 30־יאָריקער געוועזענער חסיד, וועלכער שטודירט הײַנט אינעם „ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט‟. „כ׳בין זייער נתפּעל געוואָרן פֿון דער משפּחה, ווי קלוג און צופֿרידן זיי זענען, און אויך פֿונעם בת־מיצווה מיידל, אסתּי, ווי זי האָט געזונגען, געלייענט, געמאַכט קונסט… זי פֿירט אַפֿילו אַ בלאָג! ממש אַ ׳פֿײַערקרעקער׳!‟


שפֿרה און יוחנן לאָוען מיט זייערע קינדער — נעכטן און הײַנט

אין איר דבֿר־תּורה האָט אסתּי דערציילט וועגן די שוועריקייטן, וואָס איר משפּחה האָט איבערגעלעבט בײַם פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט. זי האָט אָבער אויך דערמאָנט די חכמה פֿון איר עלטער־זיידן, וועלכער איז געווען אַ רבי. אין שײַכות מיט דער טעמע פֿון דער פּרשה „כּי תבֿוא‟ — ווי גאָט וואָרנט וועגן די קללות, וואָס וועלן קומען אויף די ייִדן, טאָמער זיי וועלן זיך אויפֿפֿירן שלעכט, און די ברכות וואָס זיי וועלן באַקומען, אויב זיי פֿירן זיך לײַטיש — האָט אסתּי דערקלערט, ווי אַזוי איר עלטער־זיידע האָט תּמיד געפּרוּווט ווײַזן זײַנע חסידים דאָס גוטס אין לעבן, אַנשטאָט דעם שלעכטס, און דערפֿאַר האָט ער אויסגעטײַטשט אַלע קללות אין דער פּרשה ווי ברכות.

„דאָס איז אַ וויכטיקער משל, פֿון וועלכן מיר קענען זיך אַלע אָפּלערנען: דאָס לעבן איז צו קורץ צו פּטרן עס אויף נעגאַטיווע זאַכן. מיר דאַרפֿן תּמיד אויסזוכן די ברכות,‟ האָט אסתּי דערקלערט. „דערפֿאַר האָב איך באַשלאָסן, פֿאַר מײַן בת־מיצווה־פּראָיעקט, צו גרינדן אַ בלאָג akidyetnotkidding.blogspot.com וווּ איך וועל דערציילן וועגן מײַן געשיכטע מיט מײַנע אייגענע ווערטער, און אַזוי וועל איך פּרוּוון העלפֿן אַנדערע מענטשן, וועלכע מאַכן דורך אַן ענלעכע זאַך,‟ האָט זי געזאָגט.

אסתּיס תּורה־לייענען האָט שטאַרק אויסגענומען בײַ די ניו־יאָרקער געסט. „זייער אַ געראָטן מיידל, זייער באַחנט… מע קען זען, אַז זי האָט אַ סך פּאָטענציאַל,‟ האָט באַמערקט ליבי פּאָלאַק, אַ 25־יאָריקע פֿרוי, וואָס איז אַליין אַוועק פֿון דער חסידישער וועלט, און איז הײַנט אַ באַליבטע פֿיגור בײַ דער וואַקסנדיקער גרופּע OTD‘s (די ייִדן, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט די חסידישע קהילה) אויף „פֿייסבוק‟.

„כ׳האָב געשעפּט נחת, וואָס זי לייענט תּורה אַזוי שיין, הלוואי וואָלט איך עס אויך געקענט,‟ האָט ליבי געזאָגט. „אַנשטאָט צו גיין אין אַ טראַדיציאָנעלער חסידישער שול, טראָגנדיק געפֿלאָכטענע צעפּ, איז זי פֿרײַ צו טאָן אַלץ וואָס זי וויל. שטייענדיק דאָרט בײַ דער בימה, האָט זי מיר אויסגעזען ממש ווי אַ פּרינצעסין.‟

„און נאָך אַ זאַך,‟ האָט ליבי צוגעגעבן. „כ׳בין מוראדיק אַנטציקט פֿון די לאָוענס, ווײַל איך האַלט, אַז זיי מאַכן אַ געוואַלדיקן קידוש־השם פֿאַר די אָפּגעפֿאָרענע משפּחות. מענטשן האָבן תּמיד ליב צו טײַטלען מיטן פֿינגער און זאָגן, אַז יעדער וואָס זאָגט זיך אָפּ פֿון דער חסידישער וועלט, איז משוגע. און דאָ זעט מען ווי שיין מע קען דערציִען ייִדישע קינדער, אַפֿילו ווען מ׳איז מער נישט חסידיש. איך פֿאַרשטיי שפֿרהן גוט, ווײַל איך וואָלט אויך געוואָלט, אַז ווען איך וועל האָבן קינדער, זאָל איך רעדן מיט זיי ייִדיש, אַפֿילו אויב איך גיב זיי אַ סעקולערע דערציִונג.‟

„אסתּי איז געווען פּרעכטיק,‟ האָט באַמערקט דער ראַבינער פֿון „דורשי אמת‟, ראָן אייגען. „איר אַרויסרייד פֿון לשון־קודש איז אויסגעצייכנט, און זי האָט זייער אַ זיס קול. זי האָט געטאָן אַזאַ גוטע אַרבעט, אַז מיר האָבן זי געבעטן לייענען הפֿטורה פֿאַרן צווייטן טאָג ראש־השנה, און זי האָט עס באַוויזן, אין בלויז 1־2 וואָכן.‟

הגם די לאָוענס זענען איצט געטרײַע מיטגלידער פֿון דער שיל, האָט שפֿרה לכתּחילה זיך נישט געוואָלט אָנשליסן אין קיין שיל. „כ׳האָב שוין געהאַט אויפֿגעגעבן די האָפֿענונג, אַז איך וועל נאָך געפֿינען אַ קהילה, וווּ איך פֿיל זיך באַקוועם,‟ האָט שפֿרה געזאָגט. אָבער נאָך דעם ווי יוחנן האָט באַקומען אַ פֿאַרבעטונג צו באַזוכן „דורשי אמת‟, איז עס אים אַזוי געפֿעלן געוואָרן, אַז ווען ער איז אַהיימגעקומען האָט ער געזאָגט זײַן פֿרוי: „דו מוזסט קומען, ׳עסט עס ליב האָבן!‟

„בין איך געגאַנגען, און ס׳איז מיר טאַקע שטאַרק געפֿעלן געוואָרן,‟ האָט שפֿרה געזאָגט. „דער פֿאָקוס איז נישט אויף ריטואַל, נאָר אויף מענטשן, אויף ׳קאָמיוניטי׳ (קהילהשאַפֿט). ס׳איז תּמיד געווען מײַן חלום צו ווערן אַ טייל פֿון אַ ׳קאָמיוניטי׳.‟


די געוועזענע חסידים, וועלכע זענען געקומען צו דער פֿײַערונג, פֿאַרשטייען גוט די געשיכטע פֿון אסתּיס משפּחה

ס׳איז אפֿשר נישט קיין צופֿאַל, אַז ראַבינער אייגען איז אַ גרויסער ליבהאָבער פֿון ייִדיש, און האָט די פֿאַרגאַנגענע צוויי זומערס זיך געלערנט ייִדיש אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. נאָכן הערן אַ לעקציע פֿאַראַיאָרן וועגן ש. אַן־סקיס עקספּעדיציעס אין די ייִדישע שטעטלעך פֿון רוסלאַנד און אוקראַיִנע, האָט ער אַליין געגעבן אַ דרשה ראש־השנה וועגן ש. אַן־סקי, און הײַיאָר האָט ער געגעבן אַ ראש־השנה־דרשה וועגן זײַן אייגענעם לערנען זיך ייִדיש. „אין ביידע פֿאַלן, איז דאָס געווען אַ מין תּשובֿה־טאָן,‟ האָט אייגען באַמערקט.

דערצו פֿירט די שיל דורך פֿינף מאָל אַ יאָר אַ „פֿאַרברענגען‟, וווּ איינער לייענט פֿאָר אַ דערציילונג אויף ייִדיש, בעת די צוהערער פֿאָלגן נאָך מיט דער איבערזעצונג; דערנאָך דיסקוטירט מען די מעשׂה אויף ענגליש. „דאָס ערשטע מאָל האָבן מיר געלייענט אַ מעשׂה פֿון אַבֿרהם רייזען; דאָס צווייטע מאָל — אַ דערציילונג פֿון שלום־עליכם, און דאָס דריטע מאָל — פֿון אַן־סקי.‟

פֿון צײַט צו צײַט קומען זיך אין שיל צונויף מענטשן אין די 30ער און 40ער צו זינגען ייִדישע לידער אויף אַ געוויסער טעמע: איין מאָל זענען זיי געווען שבת־לידער, אַן אַנדערט מאָל — ליבע־לידער. ראַבינער אייגענס באַליבטסט ייִדיש ליד: „די סאַפּאָזשקעלעך‟.

אַחוץ זײַן פּערזענלעכער ליבשאַפֿט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, זעט אייגען אויך אַ פּראַקטישע סיבה פֿאַר אַרײַנברענגען ייִדיש אין דער שיל. „איך שטעל זיך פֿאָר, אַז עס זענען דאָ אַ סך מער מענטשן ווי די לאָוענס, און איך מיין ס׳איז כּדאַי זיי מקרבֿ צו זײַן. ס׳איז דאָ אַ סך שיינקייט אין דער ייִדישער קולטור, און איינער פֿון מײַנע חלומות איז, צו ווײַזן די ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט, אַז זיי קענען זיך דאָ פֿילן אין דער היים.‟

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:28 pm
דורך ידען
אמאל און היינט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:42 pm
דורך קאמענטירער
א גאנצע משפחה האבען אויף איינמאל באשלאסען צו טוישען דירעקשאן אף לייף? וואס איז געשען?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:43 pm
דורך קאווע טרינקער
קוק ווי פארכמארעט די "BEFORE" בילדער זעהן אויס, און ווי שמייכעלדיג די AFTER בילדער זעהן אויס.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:44 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:קוק ווי פארכמארעט די "BEFORE" בילדער זעהן אויס, און ווי שמייכעלדיג די AFTER בילדער זעהן אויס.

כ'האב מורא די זעהסט וואס די ווילסט זעהן. ;)
איך זעה ביי ביידע העפפי פעמיליס

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:46 pm
דורך קאווע טרינקער
ראשעקאל האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:קוק ווי פארכמארעט די "BEFORE" בילדער זעהן אויס, און ווי שמייכעלדיג די AFTER בילדער זעהן אויס.

כ'האב מורא די זעהסט וואס די ווילסט זעהן. ;)
איך זעה ביי ביידע העפפי פעמיליס

נעה, נישט אזוי ענטפערט מען... וכן צריך לומר:
יא, יא, די חברה.. מאכן זיך פריילעך.... ס'זאל אויסקוקען גוט... (אריין אין אויסגעדראשענע אשכול..)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:58 pm
דורך outspoken
ס'רייסט שטיקער.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:58 pm
דורך משה געציל
קוק גוט וועסטו זען אז אונטער דעם אמאליגן ברעדה איז דא א אמת'ן וגילו, משא"כ אונטערן היינטיגן דרויסענדיגן וגילו זעט מען קלאר אן א אינערליכע ורעדה.. עי' עורך אווארטאתא קאווע טרינקערתא.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:50 pm
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:אסתר לאווען האט געהאט א שיינע בת מצוה אין מאנטריאל און זי האט געהאט חשובה געסט.

די פארווערטס שרייבט עס זייער שיין און וויזוי זיי זענען זייער פאזיטיוו און זיי רעדען נישט אויף די חסידים יעצט.


http://yiddish.forward.com/articles/172 ... t-mitzvah/

סטאננינג! די מרס. לאוען האט סוקסעספול געמאכט דעם טויש פון א שפיצל לעידי צו א מאדערנע פרוי. אבער איהר מאן יוחנן, ביי איהם איז נאך פארבליבן א ביסל פון דעם חניוק'ישקייט. ער קען נאכאלץ נישט אנבינדן א "טיי" געהעריג.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:57 am
דורך דעת תורה
איך בין אביסל צומישט. לאווען, כאטש איך ווייס נישט פאר א פאקט, איז אבער גאנץ אנגענומען אז ער איז א כופר ממש. ארי מאנדעל האט געזאגט אין א אינטערוויו צום פארווערטס (ביי א או טי די מאלעסטעישאן פראטעסט נעבן די ווילי ארמארי כ"א כסליו ע"ג {שנת מהר"א...}) אז ער איז א כופר און גלייבט נישט אין גארנישט. פארשטייט מען אז לאווען האט געפילט אז ער קען נישט לעבן קיין פאלש לעבן, זיך ווייקן ביי א רבי'ן וואס דינט דעם אויבערשטן, אמער ער גלייבט דאך נישט אין אים (רח"ל). ממילא האט ער אריין געלייגט גרויסע כוחות אין איבערצייגן - איבעררעדן עקשטשולי - דאס ווייב אז וואס ער האלט איז ריכטיג. וואס איז פלוצלינג דאס לאנדן אין א עטוואס רעליגיעזן טעמפל? אויב דער אויבערשטער איז נישט אזוי פרום, ער פארלאנגט נאר רעקאנסטרוקציאנעלער אידישקייט, עקזיסטירט ער פלוצלינג יא? וואס איז די פשט פון ליינען אין די תורה?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:59 am
דורך יואב
דעת תורה האט געשריבן:איך בין אביסל צומישט. לאווען, כאטש איך ווייס נישט פאר א פאקט, איז אבער גאנץ אנגענומען אז ער איז א כופר ממש. ארי מאנדעל האט געזאגט אין א אינטערוויו צום פארווערטס (ביי א או טי די מאלעסטעישאן פראטעסט נעבן די ווילי ארמארי כ"א כסליו ע"ג {שנת מהר"א...}) אז ער איז א כופר און גלייבט נישט אין גארנישט. פארשטייט מען אז לאווען האט געפילט אז ער קען נישט לעבן קיין פאלש לעבן, זיך ווייקן ביי א רבי'ן וואס דינט דעם אויבערשטן, אמער ער גלייבט דאך נישט אין אים (רח"ל). ממילא האט ער אריין געלייגט גרויסע כוחות אין איבערצייגן - איבעררעדן עקשטשולי - דאס ווייב אז וואס ער האלט איז ריכטיג. וואס איז פלוצלינג דאס לאנדן אין א עטוואס רעליגיעזן טעמפל? אויב דער אויבערשטער איז נישט אזוי פרום, ער פארלאנגט נאר רעקאנסטרוקציאנעלער אידישקייט, עקזיסטירט ער פלוצלינג יא? וואס איז די פשט פון ליינען אין די תורה?

כ' ווייס נישט ווי ווייט דו ביזט צומישט, און צו שרייבן אין די לענג און אין די ברייט האב איך נישט קיין געדולד. אלזא וועל איך אויפן שפיץ פינגער פראבירן אויסצוקלארן אביסל.

"כופר ממש" וויאזוי ס'ווערט דעפינירט ביי "אונז", איז איינער וואס גלייבט נישט אין די דרייצן אני מאמין'ס. דאס הייסט ס'איז דא רעכטס, און דאן לינקס. דאס הייסט אויך אז מיר שטעלן אריין אין איין קאטעגאריע אלצדינג וואס גלייבט נישט אין אלעס וואס מיר ברויכן גלייבן. (אקעי אויף דעם קען מען באזונדער דעבאטירן וואס אונזער פליכט פון גלייבן שליסט אלץ איין) דאס איז כופר, אפיקורס, אא"וו. דאס קען זיין פון אן אידיש רעליגעזן שטאנדפונקט אמת, אבער אינעם פראקטישן וועלט איז דאס שטארק צוטיילט צו פילע קאטעגאריעס, צו אפילו אדער דווקא נישט א קאטעגאריע.

פון נישט גלייבן אז תורה מן שמים הוא (Divine origin), ביז זיין א פולשטענדגער 'עטהיעסט' איז פארהאן פילע וועגן פון טראכטן, צאללאזע טיטולן פאר אזאנע מהלכים, און אסאך פראקציעס פון אקטועלע פראקטאצירונג גרופעס. סיי וואס געבן זיך אן אידיש דירעקט, צו וואס גיבן זיך אן צו אנדערע רעליגעזע גרופעס, אדער צום רעליגיעזן געדאנק בכלל.

פון א מער סך הכל'דיגן בילד הייסט דאס אז בעת באנונז איז געבינדן גאט, תורה שבכתב ובעל פה, יענער וועלט, און פילע אנדערע זאכן צוזאמען, וואס אויף דעם איז דא אדער גלייבט מען--און דאס איז קאטעגאריע א'--אדער גלייבט מען נישט--און דאס איז קאטאגאריע ב', איז דאס זייער א ברייט און פארשידענארטיג פעלד אינדרויסן פון אונזערע ראמען.

איך ווייס נישט איבער לאווען דירעקט, אבער איך קען דיר מסביר זיין אז דיינע קשיות מוזן בכלל נישט זיין קשיות. קודם כל אפילו אויב זאל ער זיין א פולשטענדיגער עטיעסט—וואס כ'ווייס בכלל נישט צו ער איז—קען ער נאך אלץ באלאנגן צו א געוויסע געזעלשאפט אפילו אלס מהלך החיים (ווי אסאך היימישע וואס גלייבן נישט און דרייען זיך בתוכינו) און כל שכן דא וואו זיין געזעלשאפט פארלאנגט בכלל נישט ער זאל משעבד זיין זיין פערזענדליכע מיינונג צו זייער מהלך.

צוויינס, ריקאנסטראקשעניסט אידן גלייבן נישט אז תורה קומט פון גאט, און האלטן נישט אז הלכה דיקטירט די מהלך החיים. זיי שעצן אידישע טראדיציע, פייערן ימים טובים, אבער האלטן ס'ברויך זיך צושטעלן צו א מאדערענעם לעבן, און ס'ברויך ווערן מייסענס געפירט פון א צעוויליזירטן מערב וועלט גאנג, און נישט מיט געדאנקן גאנג פון אמאל.

אלזא צו דיינע קשיות.
"לאווען", ס'מוז בכלל נישט זיין ער איז אן עטיעסט, און אפילו אויב ער איז יא, איז נישט קיין שום פראבלעם מצד זיינע השקפות ער זאל זיך אריינפאסן צו א געזעלשאפט וואס פארלאנגט גאר זאכן, און כל שכן צו א ריקאנסטרוקצינאלן געזעלשאפט. א מהלך החיים, מיט גלייבן און טראכטונגען, מוזן נישט גיין צוזאמען.

צווייטנס ער האט געהאלטן אז זיינע קינדער זאלן נישט לעבן די וועג וויאזוי ער איז אויפגעצויגן, ד.ה. סיי די גלויבן, און מער אזוי די ערציהונג, דאס האט ער טאקע געטוישט. זיינע קינדער קריגן א סעקולערן ערציהונג, און זיי ווייקן זיך נישט ביים רבי'ן טיש וויאזוי דו האסט דאס אראפגעלייגט.

דריטנס אפילו ער האלט יא גענוי ווי די ריקאנסטרוקטאלע אידן (וואס ס'קוקט מיר בכלל נישט אויס דא מיינט מען אמונה סטיל "גלייבן", נאר ליבערשט א שניט אין א מהלך החיים מיט דירקטע אידענטיפעצירונג מיטן אידישן פאלק) איז ליינען אין די תורה איהם גארנישט מחייב מטעם גלייבן אין העכערס.

ווי אויך קענסטו זעהן פונעם פארווארטס ארטיקל, אז בעת זיי זענען פשוט געגאנגן פאראויס מיט זייער אייגענעם שניט, און האבן זיך מסדר געוועזן צו געבן א סעקולערן ערציהונג פאר זייערע קינדער, האט ער פארבעטן זיין ווייב זאל אריבערקומען זעהן צו זי וועט זיין צופרידן פון דער קומיונטי, נישט אלס רעליגעזן זאך, נאר דווקא אלס א געזעלשאפט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:23 am
דורך געפילטע פיש
יואב, דו האסט גרויסע שפיץ פינגער...
אבער לעצם הענין, ריקאנסטראקשעניסט יודישקייט גלייבט נישט אין א פערזענליכע גאט, ממילא איז ער, לשיטתם, גארנישט מחייב.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:27 am
דורך ברסלבער
שלא מן הענין. איך וויל שוין לאנג פארשטיין פארוואס די חברה זענען אינטערסירט אין די יידישע שפראך. זיי זוכן דאך זיך אפצושיידן און פארגעסן פון זייער פארגאנגענהייט? איין תירוץ קען אפשר זיין דאס וואס דער פארווערט שרייבט:
ידען האט געשריבן: „איך שטעל זיך פֿאָר, אַז עס זענען דאָ אַ סך מער מענטשן ווי די לאָוענס, און איך מיין ס׳איז כּדאַי זיי מקרבֿ צו זײַן. ס׳איז דאָ אַ סך שיינקייט אין דער ייִדישער קולטור, און איינער פֿון מײַנע חלומות איז, צו ווײַזן די ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט, אַז זיי קענען זיך דאָ פֿילן אין דער היים.‟

אבער איך האב ביז יעצט געמיינט אז זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט מיט צו נעמען נאך מענטשן מיט זיך.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:06 am
דורך הוגה
outspoken האט געשריבן:ס'רייסט שטיקער.


פארוואס? ווייל זיי זענען אנדערש ווי דיר? ווייל דו ווילסט אויך? ביטע ערקלער.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:21 pm
דורך טאמבל סאס
ברסלבער האט געשריבן:
ידען האט געשריבן: „איך שטעל זיך פֿאָר, אַז עס זענען דאָ אַ סך מער מענטשן ווי די לאָוענס, און איך מיין ס׳איז כּדאַי זיי מקרבֿ צו זײַן. ס׳איז דאָ אַ סך שיינקייט אין דער ייִדישער קולטור, און איינער פֿון מײַנע חלומות איז, צו ווײַזן די ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט, אַז זיי קענען זיך דאָ פֿילן אין דער היים.‟

אבער איך האב ביז יעצט געמיינט אז זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט מיט צו נעמען נאך מענטשן מיט זיך.

פארקערט! ער זוכט גאר מקרב צו זיין אוועקגעפאלענע זיי זאלן זיך שפירן צוריק אינדערהיים. כאפסט נישט?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:35 pm
דורך ברסלבער
קען זיין. איך זעה דאך אז עס האט טאקע געהאלפן אז אנשטאט דער לאווען זאל אינגאנצן אפלאזן אידישקייט האט ער דורך דעם ראביי כאטש עפעס א שייכות מיט אידישקייט.
אבער איך רעד נישט דוקא פון אים, נאר וואס איז בכלל די מאוומענט ביי אסאך פון די חברה צו קענען און רעדן יידיש. (למשל די פעסקופ גרופע "חסידיש אידיש").

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:38 pm
דורך חזקיהו המלך
א פרוי שטייט דארט פאר א ספר תורה בגילו ראש ?!, אוי וויי, א חילול הקודש,

די חברה דארפען זיך אויסלערנען, ווילסט ווערען א משומד, נו ס'איז איין פראבלעם, אבער מיש נישט קודש מיט חול, רעד דיר נישט איין אז דער באשעפער איז אינטערעסירט אין דיין עולה זיין לתורה,

ולרשע אמר אלקים מה לך לספר חוקי, אדער ביסטע א יוד על פי תורה, אין אז נישט גייט אייך, און זייט נישט מחלל די תורה הקדושה מיט דיינע שמוץ,

די קאנסערוואטיווען, די האלבע יודען זיי זענען די בראך, זיי קלאפען זיך נאך די בייכער אז זייער ווייב איז א רב אין די מאן גייט הגבה אין די פרוי גלילה, זיי זענען נאך רעליגיעז ...., זיי דינען דעם באשעפער דורעך טוהן קעגען זיין רצון .......,

אין די פרוי דארט האט נאך א טלית מיט א קאפל ......, זי קען זיך אנטוהן צעהן טליתים ס'וועט גארנישט העלפען, אין גיהנום שלעפט מען אראפ די טליתים...., סארא חוצפה, לאז חאטשיג די ספר תורה צירוה,

די בעסטע וועג מיט די רעפארמער איז געווען א טאטאלע טיילונג, מיר ווילען אייך נישט קענען אין פארטיג, אזא געמישעכץ איז געווען א צרעת מממארת פאר כלל ישראל, ס'האט געריסען שטיקער, איז בעט מען זיי, אדער זייט אידען על פי תורה, אין טאמער נישט ביטע קריכט אראפ פין אונזער תורה, אין גייט אייך , אין שפייט'ס חאטשיג נישט דעם באשעפער אין פנים אריין מיטען נאך עולה זיין לתורה ......,

וה' ירחם על פלטת עמו, אמן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:37 pm
דורך קאמענטירער
ספאנגט זיך נישט אן..
די ספר תורה האט נישט קיין קדושה עס האט א דין פון ס״ת שכתבו מין...

די טלית איז נישט קיין טלית סאיז א שמאלע שאליק....

די מאן איז נישט קיין מאן קיינמאל נישט כשר חתונה געהאט רח״ל...

קיין גילו ראש איז עס אויך נישט וויבאלד סאיז בכלל ניט קיין קאפ...ת

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:51 pm
דורך עסקן בדברים
Shifra Kreindel Lowen wrote many famous Yiddish songs which are still taught in the chasidish girls' schools, including "bas yisroel"

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 4:15 pm
דורך בעריש
הוגה האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:ס'רייסט שטיקער.


פארוואס? ווייל זיי זענען אנדערש ווי דיר? ווייל דו ווילסט אויך? ביטע ערקלער.

אנאנדער אפשען קען אפשר זיין אז ער איז נאך אלד סקול פון די וואס באדערט אז עימיצער פאלט אוועק (חיוב ערבות?)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:19 am
דורך הוגה
בעריש האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:ס'רייסט שטיקער.


פארוואס? ווייל זיי זענען אנדערש ווי דיר? ווייל דו ווילסט אויך? ביטע ערקלער.

אנאנדער אפשען קען אפשר זיין אז ער איז נאך אלד סקול פון די וואס באדערט אז עימיצער פאלט אוועק (חיוב ערבות?)


היינו הך.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:29 am
דורך outspoken
ווייל כ'האב שייכות מיט די משפחה.