בלאט 1 פון 2
דער רשע היינס פארלירט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:33 pm
דורך איינער
דער רשע היינס וואס איינגעזעצט אומשולדיגע מענטשן ווייל די שולדיגע האבן זיך געדרייט פראנק און פריי האט ברוך השם פארלוירן. כאטש עס זענען געווען אנשי בליעל וואס האבן אים אינדארסירט אבער חסדי שם האט ער געהאט א מפלה.
צדק צדק תרדוף!!!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:33 pm
דורך זר זהב
יעה! דער באשעפער שטראפט די שלעכטע!!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:34 pm
דורך קינות גירושין
גייט מען יעצט פראסיקוטען און איינזעצן פאר די רעסט פון זיין לעבן, אדער ער גייט זיך אויסלעבן און פלארידע?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:34 pm
דורך משה געציל
און בפרט אז דער אפאנטאט איז א שטארקער חסידים פריינד ווי עס האט זיך כסדר ארויסגעשטעלט פון זיינע רעקעלאמעס. אה יעה.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:37 pm
דורך קאווע טרינקער
די פלאקאטען פאר היינס זענען געווען די זעלבע (אין קאליר און סייז) ווי די אנטי-אינטערנעט מערכה.
#ביידע האבן פארלוירן.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:40 pm
דורך משה געציל
קאווע, וועקט אייך אויף. פראבירסט ס"ה צו בארוהיגן דיין גילט געפילן. פרעג נאך ביי דיין לאקאלע אפליקאציע ליינער וועסטו זען אז 95% האבן בכלל נישט קיין עקסעס.
#עםישראלחי!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:50 pm
דורך רויטע וואנצעס
סא נאך אלעם איז די טשיקען עד נישט געווען מער ווי די פשוטע אמת.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:10 am
דורך איינער
משה געציל האט געשריבן:און בפרט אז דער אפאנטאט איז א שטארקער חסידים פריינד ווי עס האט זיך כסדר ארויסגעשטעלט פון זיינע רעקעלאמעס. אה יעה.
גרינפעלד האט אליין געזאגט!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:21 am
דורך איחוד פעלד
טאמער איז ער געוועהן גוט פאר אידען איז עס נישט געוועהן צוליב זיין אהבת ישראל, נאר צוליב דער אור אלטער מיטל וואס איז גאראנטירט צו ארבעטען אויף יעדען איינעם.
סא זארגט ענק נישט, הא עווער עס האט געוואנען האלט שוין אין מיטען צוגרייטהן דער שווייצער באנק אקאנט פאר די אידישע געלטער וואס קומען צופליסען ווי רעגען נאך א דינער בליץ, און ער וועט טוהן דער זעלבער ווי היינס.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:27 am
דורך חקרן
דאס איז שווערע נייעס פאר ב.מ.ל.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:28 am
דורך שעפטל
און נחום איז שוין דארט.... אינדרויסן פון די פארטי
(אויך אויפן בילד שימעלע ווייזער)

- IMG-20130911-WA013.jpg (107.92 KiB) געזען געווארן 2838 מאל
(נישט אז כ'מיין אז ס'מיינט עפעס. איך ריפארט נאר!)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:31 am
דורך סאשי פיש
: א רחמנות אויף די וואס האבן געבלוטיגט קעגן היינס ביי די וועבערמאן פרשה און קענען יעצט נישט עסן דעם געשמאקן זיג.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:46 am
דורך שעפטל
פרובירט קודם צו שרייבן אינעם שוין איצטיגן פארשפארטן אשכול....
דער רשע נח"ש געווינטטראץ דעם וואס איך האב געשטימט פאר היינס, דיסאגרי איך אז נחום האט דא גאר געווינען! טויזענטע אידן האבן געשטימט פאר טאמפסאן אדער זיך אפגעהאלטן צו שטימען פאר היינס צוליב זייער שרעקליכע ווייטאג איבער די היינס וערטשאפט די לעצטע צוויי יאר. סך הכל האט נחום אלס זיין קעגנשאפט קעגן היינס אים אינדארסירט.
ווען עיב דזשאורדזש געווינט ווען פארשטיי איך דא א שטיקל נחום געווינס, אבער לפי ידעתי (טראץ דעם וואס איך האב טאקע יא ארויפגעלייגט די היינס עדס קעגן טאמפסאן אז ער איז פארבינדן מיט נחום) האט טאמפסאן נאך ניטאמאל אויסגעטוישט קיין ווארט מיט נחום'ן. כ'האף איך בין מיט דעם גערעכט... אז נחום וועט אי"ה קיין אפען טיר ביים נייעם
(טאמער היינס וועט טאקע נישט לויפן אויפן ריפאבליקאנע בילעט, אז יא... איז טאמפסאן נאר ווייטער אפשר...) דיסטריקט אטוירני
בארואיגט אייך.
כ'האף נאר אז א איד זאל זיך נאר נישט אזוי שנעל פארפלאנטערן מיט די די עי ווייל ס'דא א טשאנס אז טאמפסאן וועט וועלן ווייזן אז ער איז נישט קארופטירט...
ותטה לב המלכות!!!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:34 am
דורך סאשי פיש
שעפטל האט געשריבן:און נחום איז שוין דארט.... אינדרויסן פון די פארטי
(אויך אויפן בילד שימעלע ווייזער)
IMG-20130911-WA013.jpg
(נישט אז כ'מיין אז ס'מיינט עפעס. איך ריפארט נאר!)
מען האט זיי ברוך השם נישט אריינגעלאזט!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:36 am
דורך berlbalaguleh
איינער האט געשריבן:דער רשע היינס וואס איינגעזעצט אומשולדיגע מענטשן ווייל די שולדיגע האבן זיך געדרייט פראנק און פריי האט ברוך השם פארלוירן. כאטש עס זענען געווען אנשי בליעל וואס האבן אים אינדארסירט אבער חסדי שם האט ער געהאט א מפלה.
צדק צדק תרדוף!!!
מזל טוב. דער "צאדיק" טאמפסאן האט געוואונען. יעצט דארף מען נאר זעהן אז די אידן זאללן האבן כאטש אזא אפענע טיר ווי ביים "רשע" היינס. כ'ווייס נישט אבער זייט דינקינס'ן טראסטעך נישט קיין שחור. כ'בין פונקט געווען ביים כ"א כסליו דינער ווען דינקינס --וועים קהילתינו הקדושה האט ענדארסט-- איז אריינגעקומען . ער האט דאך גערעדט מיט אזא מתיקות. ר'האט אפילו געזאגט אז דאס אייניקל וואס גייט געבוירן ווערן, אויב ס'עט זיין א מיידל ועט ער זי (בלי"נ) שיקן לערנען אין בית רחל. אבער למעשה ווען ס'איז געקומען צו קרוינהייטס האט ער זיך צוגעשטעלט צו זיינע טונקלע ברודערס, און זיי געלאזט ווילדעווען א גאנצע וואך.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:01 am
דורך I'm back
ווער איז דער ווייזער?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:19 am
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:39 am
דורך איחוד פעלד
א וואוילע איד. אן עסקן פאר אידישע קינדער ווי ער קען נאר עפעס אויפטוהן, ער האט מיט נחום גארנישט. ער איז פונקט געשטאנען דארט ווען מען האט געכאפט דאס בילד.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:51 am
דורך בן תמליון
איחוד פעלד האט געשריבן:א וואוילע איד. אן עסקן פאר אידישע קינדער ווי ער קען נאר עפעס אויפטוהן, ער האט מיט נחום גארנישט. ער איז פונקט געשטאנען דארט ווען מען האט געכאפט דאס בילד.
וואס פאר א דראנג שטופט אייך דאס צו זאגן? אפשר לומר אנדערש דער פיקטשור איז גארנישט אומשולדיק. אגב איז ער א שוואגער מיט קעלנער און מחותן מיט נחום.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 12:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
ברעיקינג: היינס לויפט יא פאר DA אויפן רופאבליקען ליין.
http://nypost.com/2013/10/03/brooklyn-d ... -keep-job/
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 1:04 pm
דורך גאלד
די אהרונים האבן א בעסערע טשענס צו מארגן אריינגיין אין ראדני ווי היינס זאל געווינען, וואס איז זיין חשבון? כ'פארשטיי באמת נישט,
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 1:09 pm
דורך רויטע וואנצעס
ליין די געלינקטע ארטיקל, ס'איז א אינירליכע געפעכט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 1:12 pm
דורך שעפטל
גאלד האט געשריבן:די אהרונים האבן א בעסערע טשענס צו מארגן אריינגיין אין ראדני ווי היינס זאל געווינען, וואס איז זיין חשבון? כ'פארשטיי באמת נישט,
יש תקוה...