ווי אן ענטפער אויף מיין חשוב׳ער ידיד הרב שמעקעדיג׳ס אשכול ווי ער האט זיך אויסגע׳טענה׳ט מיט גאט ברוך הוא ממש ווי ״ר׳ לוי יצחק בן שרה סאשע״ האט זיך אויסגעטענה׳ט דארטן אויבן, צווישען די שווערע שווארצע גרויסע זעק וואס דער שטן האט געשלעפט יענער באקאנטער יום הקדוש.
וויל איך אייך פארציילן אן איבערלעבעניש וואס איך האב געהאט דעם שבת קודש אינדערפרי, און אפשר וועל איך מיט דעם קענען אביסל ממתיק זיין דער חרון אף שמעקעדיג.
(הערה: יעצט ווען איך ענדיג צו מיין ארטיקל זע איך, אז שמעקעדיג האט געשריבן א פרישער אשכול וויאזוי יא צו באדאנקען גאט פאר זיינע חסדים . חן חן לו)
והנה: איך האלט אינמיטן אויסהערן ס׳ליינען שבת אינדערפרי אין מיין לאקאלער שול, ווען פלוצלינג קומט מיין קליינער ארייצולויפן פון הויף א פארסאפעטער און זאגט ארויס מיט איין אטעם. טאטי! טאטי! יונה שלאפט אינדרויסן ביים עק גאס אויף דער ערד נעבן דער סאבוועי סטאנציע. דו מוזט קומען קוקען.
ווער איז יונה פרעגט איר מיר ?
פאוואליע, איר וועט אלעס געוואויר ווערן.
איך טראכט צו מיר, יונה ? אויפן גאס? ביים סאבוועי ?
איך הייב מיך אויף און איך שטעל מיין וועג נאך מיין קליינער ווי ער פירט מיר צו, און..... יא! יונה ליגט אן אויסגעצויגענער מיטן פולן טראכט, מיט א ווייסן העמעד און שווארצע הויזן, מיט א צופלאטשעטער בארד און צושטרויבעלטע פיאות.
יונה, האט געלערנט מיט מיר און איין קלאס און חדר, איך געדענק נישט פונקטליך זיין השתלשלות וויאזוי ער האט זיך דערקייקלט, אבער אלס קינד איז ער שוין געווען פראבלעמאטיש, ביי די 13 יאר האט ער זיך שוין געדרייט אין די גאסן, און שפעטער
ביי די 17 18 א קאר סערוויס דרייווער, (גראדע א גוטע זאך).
אבער דערנאך האט אנגעהויבן אנגעקומען שמועות לא טובות. יונה איז פארכאפט געווארן אין א נעץ פון א קופקע אויסוואורפן וואס האבן פארנומען דעם טאג מיט געמבלען,דראגס,ועוד מרעין בישין. זיין האב און גוטס איז צוגעגאנגען פאר די סחורה, ער איז געווארן א דראג עדיקט אשר כמוהו לא היה. זיין פנים פארקנייטשט, זיינע ציינער אויסגעהאקט, זיינע אויגן פארטונקלט.
און דא טרעף איך אים איצט ביים סאבוועי סטאנציע ארעם, נאקעט, אליינס, האומלעס.
און איך פאנג אן טראכטן....
דער יונה, ער לעבט דאך אזא רואיג לעבן! וואס פעלט אים דען?
ער דארף נישט צאלן קיין שכר לימוד.
ער האט נישט קיין דאגות פרנסה.
זיין שלום בית כאפט קיינמאהל נישט קיין ירידות.
ער דארף נישט קיין גרעסער הויז.
ער קריגט נישט קיין פאון קאלס פונעם מנהל אז זיין זון מאכט צרות אין קלאס.
ער דארף קיינמאהל נישט אפזיצן אין שפיטאל קיין נעכט מיט א קינד.
און מיטאמאהל! האב איך מיר אנגעהויבן אנקוקן אזוי קורצזיכטיג! כ׳האב געוואלט ממש איינזינקען פאר בושה! איך האב מיר געשעמט פון מיר אליינס. וואס ? איך האב גאר טענות אויף גאט ? כ׳האב שיעור אנגעהויבן שרייען אויף מיין העכסטע שטימע...
טאטע!!!! טאטע אין הימעל!!!
איך דאנק דיר מיטן גאנצן הארץ אויף די אלע פראבלעמען וואס די גיסט מיר מיט דיין פולע גענאדע...
יא יא !! די אלע טענות וואס איך האב געהאט און איז מיר געווען אנגעלאדענט אויפן הארצן ווי הייסע פולווער און איז גרייט געווען אויפצושיסן זיך אויסצוטענה׳נען מיט גאט, פארוואס... זענען געווארן זיס ווי האניג! ס׳איז צוגאנגען ווי א קאטען קענדי, כ׳האב ממש ווי נישט געקענט באקומען גענוג דערפון, כ׳האב ממש געזינגען, טאטע! גיב מיר נאך זיסע פראבלעמען, ס׳איז זיס! דו ביסט זיס! ביסט דאך אזא זיסער טאטע.
האטס מיר אלע א זיס יאהר....
נ.ב. צו פארענדיגן דעם עפיזאד, איך האב אים אויפגעוועקט און אים אהיים גענומען צו מיר ווי ער האט געגעסן סעודת שבת און ער האט זיך נישט געקענט גענוג באדאנקען פאר מיר.
טאטע ווי זיס ביסטו
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
טאטע ווי זיס ביסטו
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
הייסט עס בעת מאטי זיצט אויפן וואך מיט א קיוטיפ אויסגערייניגטן אויער און האפט צו כאפן דעם בעל קורא מיט א גרייז, (ער האט נישט ליב סתם נאך בלעבלן געשרייעריי פון די ערשטע שרייער--דהיינו די יעניגע וועלעכע הערן אויס די ליינען. ער וויל זאגאר זיין דער סאמע ערשטע שרייער וואס טיילט א ספאנטאנער טרייסל צו די אלע שלאפענדע טליתים) דרייט זיך זיין קליינער ביים סאבוועי סטאנציע. כ'הער.
מאטי לייגט אלץ אריין אזאנע משלים צו די איין שורה'דיגן אויספיר. דאס דערמאנט מיר כ'פלעג גלייכן צו ליינען די לאנגע משלים אין די אידישע עטרת מחזור. די נמשל איז שוין נישט געוועזן אזוי אינטערסאנט. אבער אז כ'האב שוין געליינט די משל, האב איך שוין אריינגעכאפט דעם נמשל אויך. יעצט קעמיר שרייען המלך מיט די גרויסע אותיות.
מאטי לייגט אלץ אריין אזאנע משלים צו די איין שורה'דיגן אויספיר. דאס דערמאנט מיר כ'פלעג גלייכן צו ליינען די לאנגע משלים אין די אידישע עטרת מחזור. די נמשל איז שוין נישט געוועזן אזוי אינטערסאנט. אבער אז כ'האב שוין געליינט די משל, האב איך שוין אריינגעכאפט דעם נמשל אויך. יעצט קעמיר שרייען המלך מיט די גרויסע אותיות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.