די תרעי דעה האבן זיך געעפענט בשנות ת"ר, כידוע. ביז צו יענער תקופה האט זיך חכמה געקייקעלט דורך די שושלת הקבלה פון די חרטומי מצרים, סבי אתונה ותלמי, ורוזי קדר, וכל העם עונים אחריהם אם קבלה היא נקבל. ס'איז דערפאר נאטורליך צו ליינען אין די מפרשי המקרא והש"ס איבער פענאמענע וועלכע זענען שוין היינט אפגעפרעגט אבער זענען פארט עפ"י שכל אין איינקלאג מיטן רוח הזמן. צומאל אבער טרעפט מען עפעס מאדנע. אזאנס וואס אפילו בזמנו וואלט עס געדארפט צו הייבן ברעמען, ועל כגון דא פתיחנא אתכלתא דין.
דער רד"ק שרייבט אין מיכה א:טז, "הנשר יעוף למעלה מכל העופות, ואחת לעשר שנים יעוף מאד למעלה עד האויר העליון הסמוך לגלגל האש, ומרוב חומו ימרטו כנפיו ותפול נוצתו".
נישט צו בארירן דעם גלגל האש אדער דאס אפברענען די פעדערן ווי כאניאקישע פיאות שריפת הנוצה והגוף קיים, נאר פשוט מניין לך? איינער א מגדל נשרים האט דען געלאזט זיינע אדלער פליען יעדן טאג הין און צוריק און אבערזערווירט אז צום צענטן יארטאג קומען זיי אלע אהיים אפגעפליקטע און אויסגעברענטע?
פירושים פליאים
דער אשכול פארמאגט 28 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן