האט היינס פארלוירן א דאנק די אידן?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 3:39 am
אצינד איז שוין קלאר אז דער לאנג-יעריגער דיסטריקט אטורני, דזשאו היינס, האט פארלוירן די וואלן, און טראצדעם וואס ער איז עטליכע מאל ערוועלט געווארן פאר דעם אמט, האט ער דאס מאל פארלוירן די וואלן צו זיין קעגנער דזשאן טאמסאן.
יעצט איז די ריכטיגע צייט אפצולערנען דעם פארלוסט פון היינס און זען פארוואס ער האט פארלוירן, און צי די אידישע שטימען האבן אויסגעמאכט אויף זיין פארלוסט אדער זיין קלענערן פארלוסט פון וואס עס וואלט געקענט זיין. עס איז קלאר אז דער ציבור איז געווען אנגעווייטאגט אויף אים און טראצדעם וואס די עסקנים האבן זיך ארויסגעשטעלט פאר זיין קאנדידאטור, האבן מאנכע געצויגן מיט די אויגן און געגאנגען שטימען פאר אים ככפאו שד, אנדערע זענען אהין אנגעקומען און זיך נישט געקענט ברענגען דערצו צו שטימען פאר אים, ווידער די מער דרייסטערע האבן לכתחילה נישט געפלאנט צו שטימען פאר אים און האבן נישט געוואלט פארשטיין פארוואס די עסקנים קלערן בכלל אזוי. בכלל, פון די אינדארסירונג פון די עסקנים האט מען געקענט אפלערנען אז דאס איז א געצווינגענע אקט, אדער אן אקט פון הבוחר את הרע במיעוטו, עס איז געווען שווער אויף די געמיטער פונעם ציבור.
אצינד איז די שאלה: דאס וואס טאמסאן האט געווינען, איז דאס צו פארדאנקען דאס אומצופרידנהייט פונעם ציבור? - אין אנדערע ווערטער: אויב וואלט זיך היינס נישט באנארישט ביי די וועבערמאן פרשה, ער וואלט זיך נישט אויפגעפירט ווילד ביי די בערגער'ס און געהאנדלט מיט פארשטענדעניש מיטן היימישן ציבור, וואלט דאס אים געברענגט מער שטימען פון דער היימישן עולם? - איז פאראן א מעגליכקייט אז דאס וואלט געפירט צו זיין זיג?
די שאלה איז צווייפאכיג און לאמיר עס מסביר זיין:
דאס איז זיכער אז די קריטיק אין די מידיא האט אים שטארק געשאדט און דאס האט מסתמא געברענגט דעם זיג פאר טאמסאן, אבער אי משום הא אליין, וואלט דאך דער חסידי'שער עולם הערשט געדארפט וועלן פאר אים?! - נאר וואס דען, היינס האט זיך פארפאטשקעט ביי ביידע זייטן. צווישן די גוים איז ער באקאנט געווארן אלס איינער וואס פארקוקט אויף אידן און צווישן די אידן האט ער זיך ערווארבן א נאמען פון א רשע נאך די מעשה מיט וועבערמאן (און ביידע זייטן זענען גערעכט ואכמ"ל).
אצינד איז די שאלה:
א. אויב וואלט נישט געווען קיין קריטיק אויף אים אין די מידיא, וואלט ער עס געמאכט אין די עלטער?
ב. אויב וואלט יא געווען קריטיק אין די מידיע, אבער ער וואלט זיך נישט פארפאטשקעט ביים היימישן ציבור, וואלט ער עס געמאכט, טראץ די קריטיק אין די מידא?
בפשטות דארף זיין א תשובה אויף די שאלות, מען קען נאכגיין וויפיל שטימען עס איז אריינגעקומען פון אונזערע געגנטער און פאר וועמען די שטימעס זענען געגאנגען. מען קען דאס מעסטן לויט די שטימעס פון די פארגאנגענע וואלן, וויפיל עס האבן דעמאלס געוועלט און וויפיל האבן אצינד געוועלט.