בלאט 1 פון 1

מלחמת דוד גרינפעלד ו'דוב הייקינד

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:15 pm
דורך רויטע וואנצעס
די מלחמה צווישן די צוויי צנתרי דהבא, גייט שוין אן יארן. פאר 11 יאר צוריק האט דוב הייקינד אויפגענומען א יונגערמאנטשיק מיטן נאמען דוד גרינפעלד. דוד איז געווען זייער א פלייסיגער, אבער אויך זייער א היציגער. די פאקט אז דוב האט זיך אויך נישט וואס צו שעמען מיט זיין ווילדקייט, האט גורם געווען א פירוד צווישן די צוויי. דוד איז געפלויגן נאך 6 חדשים.

ויהי אחר הדברים האלה. דוד איז ארומגעלאפן זוכן א דזשאב מיט שררה, אבער איננו. איז ער געווארן א לויער, סינס ער האט שיין געהאט לייסענס אויף דעם. ער האט געמאכט שיין געלט, אבער ער האט געזוכט א דזשאב של שררה. ענדליך ויחנו ב'ספארדיק קאמיונטי פעדערעישאן'. פארוואס די ספרדי פנימי קאמיונטי האט גענומען אן אשכנז'עישען אינגערמאן מיט א רויטע'ן בערדל, איז נאך א תיקו עד היום הזה. בנוסף צו דעם האט ער גע'עפענט א לאביונג גרופ גערופן Teach NYS ווי ער האט גראדע גאנץ פיין אריינגעשוויצט, און אויפגעטוען גוטע זאכן.

דוד לויפט פאר סיטי קאנסול שרייט א press release!!! ווי? טאקע דא אין בארא פארק. די מלך החיות, די בער האט זיך אויפגעוועקט. דוב איז געווארן ווילד ווי קיינמאל בעפאר. וואס!! אין מיין מלוכה וועט דער מחוצף יונגאטש דוד ווערן די קאונסילמאן?! היה לא תהיה! ער האט דעקלערט א פול פאליטישע קריג קעגן דוד, און האט אינדארסט זשאו לעזאר פאר קאונסיל. זשאו איז גראדע א וואוילע אמריקענער איד וואס האט געארבייט אין גאווערמענט, אבער א בן גיל פון זשאן מיקען. די סוף איז געווען אז די יונגערע עולם וואס האט פיינט דוב האט געזעהן זשאו, אלטס דוב'ס פאפעט, און דוד האט געווינען מיט 57% פון די שטימען. (דוד האט געטוען אסאך שטיק ביי די וואלען, אוודאי לעגאל ואכמ"ל). געדענקט אז דוב איז געווען די גלית און די מלחמה, מיט דרייסיג יאר פאליטישע קאנעקשונס, אבער די עולם איז שוין געווען קראנק פון אים.

די אהין און צוריק איז אנגעגאנגען אזוי פאר אפאר יאר, אבער אויף א שטילע פארנעם. ביז...... ס'האט געפלאצט. א געוועזענע ארבייטארען פון דוד האט מגלה געווען אז דער שרייבער אין yeshiva world news מיטן נאמען דוב גארדען וואס שיסט פעך און שוועבעל אויף הייקינד, איז גאר די פענע נאמען פון די קאונסילמאן. זי האט צוגעלייגט, אז זי פלעגט אפילו edit'ן די ארטיקלען.

די יודעי דבר זאגען אז די גאנצע געשיכטע מיט הייקינד'ס פורים בלעקפעיס, איז גאר געווארן אנגעדרייט דורך דוד'ן. זיי זאגען אז ער האט גערופן די צייטונגען און עס פארשפרייט.

יונה הייקינד, דוב'ס זון (און ממלא מקום..אקארדינג צום טאטן..) האט עס שוין נישט אויסגעהאלטן און האט לעצטענס געפלאצט עטליכע מאל אויפ פעיסבוק מיט גאר מיאוסע און ווילדע רייד אויף דוד. דערווייל האט מ'נאך נישט צוריקגעהערט פון דוד. קען זיין ער איז ביזי באוויינען די פארלוסט פון רוב זיינע אינדארסטירטע קאנדידאטן.(זעה נאך פרטים אין שעפטל'ס אשכול איבער יונה'שקעס אויסברוך: viewtopic.php?p=149054#p149054)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:44 pm
דורך סאו וואט
כ'האב גראדע ליב דוב הייקינד
כ'האב ליב זיינע דרשות. זיין טאלק שוי, זיין התנגדות צו חסידים,
מער אויפגעטוען און דער קאמיוניטי ווי סיי ווער, מער פון דוד גרינפ[י]עלד,
און האט א גוטע אוזן קשבת, עכ"פ ער האט א חן.
דוד האבעך נישט ליב, קוקט אויס מיאוס. און טוט נישט אויף גארנישט,
קוקט אויס ווי א אומגעצאכטענע און ווילד יוגעל

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:36 pm
דורך גדעון
twitter

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 3:56 pm
דורך שמעקעדיג
אזוי ווי עס אידישט זיך.... אזוי פאליטישט זיך...
בעביס!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 4:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
wow at least their talking now

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 5:40 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:wow at least their talking now

Via Twitter. :lol:

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 8:02 pm
דורך שעפטל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:א געוועזענע ארבייטארען פון דוד האט מגלה געווען אז דער שרייבער אין yeshiva world news מיטן נאמען דוב גארדען וואס שיסט פעך און שוועבעל אויף הייקינד, איז גאר די פענע נאמען פון די קאונסילמאן. זי האט צוגעלייגט, אז זי פלעגט אפילו edit'ן די ארטיקלען.

די יודעי דבר זאגען אז די גאנצע געשיכטע מיט הייקינד'ס פורים בלעקפעיס, איז גאר געווארן אנגעדרייט דורך דוד'ן. זיי זאגען אז ער האט גערופן די צייטונגען און עס פארשפרייט.

יונה הייקינד, דוב'ס זון (און ממלא מקום..אקארדינג צום טאטן..) האט עס שוין נישט אויסגעהאלטן און האט לעצטענס געפלאצט עטליכע מאל אויפ פעיסבוק מיט גאר מיאוסע און ווילדע רייד אויף דוד. דערווייל האט מ'נאך נישט צוריקגעהערט פון דוד. קען זיין ער איז ביזי באוויינען די פארלוסט פון רוב זיינע אינדארסטירטע קאנדידאטן.(זעה נאך פרטים אין שעפטל'ס אשכול איבער יונה'שקעס אויסברוך: viewtopic.php?p=149054#p149054)

יוני דערמאנט דאס היינס, קוקט דא

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:55 pm
דורך רויטע וואנצעס
1 מעלה האט די מחלוקת, אז זיי אינדארסען אלעמאל די פארקערטע פון צווייטן, ממילא איז נישט קיין חילוק ווער ס'פאלירט אדער געווינט, ווייל ס'איז אלעמאל דא איינער פון זיי 2 וואס האט פראטעקציע ביי יענעם.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:32 pm
דורך יין שרף
ביים המספיק חנוכת הבית און בארא פארק די וואך האט מען זיי געזעצט צוזאמען...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:22 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך זעה א אליהו הנביא ספעיס צווישן זיי.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:11 pm
דורך berlbalaguleh
אז מ'קען זעצן צוויי ברודערס/שוואגערס אדמור"ים ביי איין טיש קענמען זעצן צוויי פאליטישנס אויך.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:33 am
דורך איחוד פעלד
אז מען רעדט שוין פין המספיק, מה טיבו? אפשר מאכט איינער א אשכול בנוגע דער ארגענזאציע?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 1:18 pm
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פין המספיק, מה טיבו? אפשר מאכט איינער א אשכול בנוגע דער ארגענזאציע?

ניין. ס'איז נאך צו פריה. ס'איז נאכנישט דא גענוג סחורה. לויט זייער זשורנאל זענען זיי די בעסטע זאך וואס איז געשעען צו די אידן זייט יציאת מצרים, אדער מתן תורה. די עקזעקיוטיווס ווייס איך נישט. אבער די אנגעשטעלטע זענען א פאר יונגלעך און מיידלעך וועלכע פארן ארום אין קאמפעני ווענס, מיט א שטארקן (נעגאטיוו) עטיטוד. :oops: :roll:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 4:01 pm
דורך סלינקי
איחוד פעלד האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פין המספיק, מה טיבו? אפשר מאכט איינער א אשכול בנוגע דער ארגענזאציע?


אין צימעס

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 5:07 pm
דורך berlbalaguleh
נ.ב.: דעיס איז אן אטטעטשמענט צו מיין פריערדיגע הודעה: ווער האט דען געגלייבט אז דער שטילער ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, דער וועלכער האט גערעדט אויף 60 מינוטס צו דעם (שחור) רעפארטער ע"ה, אז זיין ארגאניזאציע וועט זיך צו וואקסן אויף אזא ברייטן פארנעם, בלע"ה מיט ברענטשעס אלל אוווער. אין ארענדזש, ראקלענד און קינגס קאונטיס. ער וואלט געמעגט געיבן לעקטשורס פאר זיינע (יונגע) אנגעשטעלטע אז ווען זיי פארן אויפ'ן ראוד זאללן זיי נישט האבן דעם עטטיטוד אז זיי זענען בעלי בתים. :roll: :oops:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 2:52 am
דורך [NAMELESS]
צוויי