בלאט 1 פון 1

שא שא שא שא נישט רעדן לשון הארע אוי וויי וויי וויי וואס פארא

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 8:59 pm
דורך ישמעאל הכהן
:-)

אזא הוללות ווי האט מען געזען? האבן אונזירע זיידעס און רבי'ס דאס געזינגען ביי טישן ? אזא מין ירידה. איין זאך קען מען מלמד זכות זיין אז ווי נאך רעט מען אזויפיל לשו"ה ווי אין א חסידישע שול מיט אלע פאליטיקערס?.... קען טאקע זיין אז איז גאר יא צו לויבן אזא שריט צו זינגען דאס ביים טיש.... העכער... העכער.... אה

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=7nHW1cSPIPo[/youtube]

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:05 pm
דורך מאטי
ווער זענען זיי?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:06 pm
דורך ידען
:lol: :like

וועלעכע רבי?

פורים?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:08 pm
דורך נייגעריגער
כ'האב געהערט אז ס'איז ביי ר' איטשע מאיר מארגענשטערן [ממנהיגי ברסלב בא"י] אין אומאן!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:13 pm
דורך שעפטל
יא ס'איז הרב מארגענשטערן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:28 pm
דורך ברסלבער
/

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:31 pm
דורך ישמעאל הכהן
קוק אהער , פאר א סיבה זינגט ער דאך אז מ'זאל נישט רעדן לשון הרע.... קומסטי נאכן אויסהערן דעם ניגון אין בארעדסט עם?.... עמי בבית? אזא פלאפפ!! :lol:

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:34 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
ברסלבער האט געשריבן:/

איין זאך איז מורידיג אינטערעסאנט אז יעדער ברעסלעווער וואס געהערט צו איין גרופ וועט דיר מסביר זיין מיט טויזענט הסבירים ביי יעדע פראבלעים וואס מאכט זיך ביי ברעלעוו נא נאר בערלאנדס גרופע זענען נועפים נא נאר מארגענשטערנס זענען משוגע נא נאר שיק ברויך א דאקטאר נא נאר קלוגער האלט ביי גארנישט אבער אונזער גרופ איז די ריכטיגע ברעסלעוו

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:39 pm
דורך סלינקי

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:39 pm
דורך ברסלבער
שאול, האסט א שטארקע אמת'ע פוינט. און איך פיר זיך טאקע געווענליך נישט צו רעדן אויף אנדערע, אזוי ווי דו קענסט זעהן דא אין שטיבל, און אזוי פיר איך זיך אויך אין ריעל לייף.
איך האב זיך אויסגעדרוקט אפשר צו שארף, אבער איך האב נישט געמיינט דעם גברא נאר די חפצא, א זאך וואס איז נישט אויסגעהאלטן מעג מען בארעדן נישט קיין חילוק ווער עס שטייט אונטער דעם, והבן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:06 am
דורך הוגה
פארוואס לאכט דער עולם? ווען איך האב ערהאלטן דער קליפ האב איך עס אנגעקוקט ווי א נארמאלע ערשיינונג וואס געשעהט טאג טעגליך אין א יעדע קהלה וחסידות. אין ספינקא זינגט מען וצדיקים ישמחו יעלצו לפני אלוקים, בשעת די צדיקים פארגלייזן זיך די אויגן. אין סאטמאר איז עס אור זרוע לצדיק, אין באבוב, קול רנה באהלי צדיקים, אין בעלזא ימים על ימי מלך, אין סקווירא זינגט מען על ידי דוד משיח צדקיך און אין ליובאביטש יחי אדונינו. איך זעה נישט פארוואס זינגען די ניגונים מאכט מער סענס ווי שא שא נישט רעדן לשון הרע! :?

[tag]ברסלבער[/tag], האסט דיך גארנישט וואס צו שעמען מיט רבי איטשע מאיר אדער מיט דער קליפ. סך הכל תפס אומנות אבותיו בידיו, ער פירט זיך ווי די פארצייטישע חסידים. קען זיין אז ער האט עס געטון צוליב די עבודה פון ביטול היש, אדער מלמד זכות צו זיין אידן, אדער מעורר צו זיין די הס קטיגור. ווי אזוי עס זאל נאר זיין איז דא מער זיך צו שעמען מיט רוב רובם פון די היינטיגע רביס.

איך האב שוין געשריבן דא אז מיר זענען אלע די זעלבע משוגעים, אבער for some reason זענען מיר אקעי מיט אונזערע משוגעת'ן און נישט מיט יענעמ'ס.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:23 am
דורך ברסלבער
זאגסט א פוינט, כאטש עס איז יא דא א שטיקל חילוק פון ובכן צדיקים ביז שא שא.. אבער דער אמת איז אז מיר האט מער געשטערט די ערשטע חלק וואס איך האב געשריבן דאס וואס ער האט פאריאר געזאגט אז מען דארף נישט קומען אויף אומאן. קיינער איז נישט מחיוב צו קומען אויף אומאן, אבער צו זאגן אז לפי שיטת ברסלב דארף מען נישט קומען אויף אומאן איז א שטיקל חוצפה.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 5:39 pm
דורך הוגה
ברסלבער האט געשריבן:זאגסט א פוינט, כאטש עס איז יא דא א שטיקל חילוק פון ובכן צדיקים ביז שא שא.


ביזט גערעכט, זינגען ובכן צדיקים אויף א רבי איז טאקע מער מאדנע... איים סארי. :o

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 5:55 pm
דורך שמעקעדיג
איז יעדער דא סארקאסטיש, אויך אום ערב יוכ"פ?

איר ווייסט נישט א חילוק פון די מקור פאר די 2 ניגונים, ובכן צדיקים און שא שא?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 6:12 pm
דורך [NAMELESS]
א נאנטער מיינער איז געווען באותו מעמד און ער דערציילט מיר גופא דעובדא: רבי איטשע מאיר איז א פרייליכער זיסער איד, וכטוב לבו האט ער מכבד געווען א יונגל, א זון פון א איד וואס האט מנדב געווען די סעודה און האט שטארק זיך געפארעט דארטן, צו זינגען א ניגון. דער טאטע האט אים געטרייט אונטערצוזאגן עפעס, אבער דער יונגל איז געווען פארלוירן אוון ר' איטשע מאיר האט אים געזאגט "זינג עפעס א ניגוון פון חדר, דאס קינד האט צעמישט געזאגט "ליגענט זאגן טאר מען נישט? און עס האט געפאלן ר' איטשע מאיר, צו אויף צו מאכן א גוט ווערטל, צו ווייל אין זיין עולם'ל האט ער געהאלטן אז דאס וועט איינמאל פאר אלעמאל פאריאגן די מקטריגים וואס בארעדון כלל ישראל מיט לשון הרע.
דער רבי איטשע מאיר איז גראדע א זיסער איד, א גרויסער תלמיד חכם בנגלה ונסתר, ער אינדזשויט לייף, פירט א באלעבאטישער לעבן, געט צו עסן און טרונקען און איז בטבעו א פרייליכער כניאק און האט הנאה אז כניאקישע בעלי דמיונות דרייען זיך ביי אים בזמן שהוא לא יום ולא לילה און פליען אביסל אין עולם הדמיון, ער טשעפט נישט קיין פליג און האט נישט קיין מיינונג אין אריזאנע ווייץ, סתם א זיסער מאדנער רבי'לע וואס אם קבלה הוא נקבל.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 9:22 pm
דורך chosen people
[justify]הרב קופערניקוס, איהר האט באמת גוט אראפ געלייגט זיין מהות, צום נקודה.
ער איז א באמת א פרייליכע מענטש, קענסט איהם נישט אויף רעגן, איך האב איהם נאך קיימאל נישט געזעהן פון א מצב פון זיין אנגעצויגן אדער אנגעזעצט, אייביג מיט א שמייכל 24/7 חוץ ת''ב, ער געט אויפמערקזאמקייט פאר יעדעם אפי' פאר די גרעסטע משוגע'נער אדער פאר א חילוני..
הרב ברסלבר, די גאנצע פארן צו אומן איז אזוי. ער האלט אויכט אז ר' נחמן'ס גוף ליגט און אומן, ער האלט אבער אז ר' נחמן'ס אור איז אין אר''י, דהיינו ער שפיערט א נענטערע קשר מיט ר' נחמן ווען ער איז און אר''י . חוץ פון דעים וואס ער האט נישט ליעב ארויס צופארן פון אר''י. איך האב געהערט פון הרב מורגנשטרן כמעט צעהן יאר צוריק, אז ער וויל אויפהערן צו פארן ר''ה קיין אומן , און איין מאל ער האט זיין אייגענע שוהל פארט ער שוין נישט אויף ר''ה, וכך הוה לעצטע יאר איז געווען די ערשטע יאר וואס ער האט געהאט זיין אייגענע ביהמ''ד ר''ה האט ער געוואלט בלייבן, אבער הרב קיוואק ועוד משפיעים האבן איהם געבעטן צו פארן, איז ער געפארן, למעשה איינמאל ער איז אנגעקומען דארט האט ער באקומען חשק נישט צו בלייבן דארט, אוו ער האט אפגעטראגן גלייך מוצ''ש. למעשה נאך יו''ט האבן זיך אסאך געבעטן ער זאל יא פארן די יאר, ער האט געהאט אסאך לחץ , און מוהרא''ש האט געשריבן זייער א שארפע בריוו קעגן איהם, ער אלץ רודף שלום, טרייט נישט צו טשפענען מיט קיינעם איז ער געפארן. וואס גייט זיין נעקסטע יאר ווייס איך נישט, אבער איין זאך קען איך דיך זאגן אז ער האט נישט קיין חשק צו פארן..[/justify]

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 9:34 pm
דורך יואליש
chosen people האט געשריבן:[justify]די אינגעל איז א זין פון הרב ב. קליין פון ירושלים ד'אמעריקא.[/justify]


דאס בא'חנט'ער אינגל איז נחמן סאמעט בן החסיד יחזקאל יואל סאמעט, יליד ק"י. דער פאטער זעהט מען טאקע ביים עק טיש מיטן שווארצע בארד און ווייסע קאפעל אויפן מצח, כדרכו בקודש.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:29 am
דורך געוואלדיג
אלס הכנה צו די הייליגע טעג, הערטס און האט הנאה.