בלאט 1 פון 4

דר. הרב הערשל מייזעלס

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:26 pm
דורך סאשי פיש
[center]ר׳ הערשל מייזעלס, איז א נאמען וואס איז ברייט באקאנט פארען טוישען פאר טויזענטער מענטשען וואס זיי עסען און וואס זיי טרונקען.[/center]

ר׳ הערשל איז א ריכטיגע חסידישע יוד, וואס גייט אינדערוואכען מיט שיפע טאשען, און א פלאכע הוט, און איז אויך א גרויסע תלמיד חכם, ער וואוינט אין מאנסי,
ער אליין לייד אויף טייפ 1 דייביטיס וועגען דעם האט ער זיך אריינגעלייגט אין די נושא פון געזונטהייט,

ער האט אנגעפאנגען זיין קאריער אלס מגיד שיעור אין קלויזענבוירגע ישיבה אין יוניאן סיטי,
און אין די זייטיגע צייטען פלעגט ער זיך אפגעבען מיט זיין ארגעניזאציע וואס הייסט ריעים מתוקים, ארויסצוהעלפען מענטשען וואס ליידען אויף דייביטיס פריוואט מיט עיצות און הדרכה ווי אזוי צו פירען א געזונטע לעבנסשטייגער, אבער ער האט זיך נישט געקענט צופיל אפגעבען ווייל ער איז דאך געווען א מגיד שיעור אויך, און ער האט נישט געוואלט לעבען אויפען חשבון פון די ארגעניזאציע,
ביז איינער האט עם צוגעזאגט איהם צו צאלען די זעלבע וויפעל ער פלעגט מאכען אלס מג״ש אזוי ער זאל זיך קענען א גאנצען טאג אפגעבען מיטען העלפען מענטשען , אבער ער האט נישט מסכים געווען איבערצולאזען תורה דרבים פארען אנפרעגען א דעת תורה, ער האט אנגעפרעגט ביי הרב וואזנער און ביי נאך רבנים און די ענטפער איז געקומען ווי אונז אלע ווייסען אז ער זאל זיך אפגעבען א גאנצען טאג מיטען ארויסהעלפען מענטשען,

ער האט אנגעהויבען רעדען אויף קול מבשר סתם נייעס וועגען געזונטהייט, ער אליין זאגט אז ער האט נישט געגלייבט וואס דא גייט ווערען אז מענטשען גייען איהם אנהייבען פאלגען אויף טריט און שריט, און צוביסליך האבען מענטשען אנגעהויבען איהם צו הערען און מען האט געזען אז ניכרין דברי אמת, און מען האט זיך גענומען פאלגען,
און ביי פרעמדע מענטשען איז עס געווען זייער אינטערעסאנט אז מענטשען עסען/טרונקען זאכען וואס איז ביי זיי ממש ווי סם המוות און מענטשען האבען געזאגט דו הער איהם נאר וועסטו אויך אנהייבען איהם צו פאלגען, און אזוי איז ער געווארען אין אזא קורצע צייט וועלט בארימט און פאפולער,

ער האט א מעכטיגע שפראך געפלאכטען מיט א שטארקע סענס אף הומאר און א שטארקע כוח הסברה און תורה׳דיגע ווערטער ווען עס פעלט אויס,

ווי למשל ביי פרשת מקץ האט ער מסביר געווען פרעה׳ס חלום, אז פרעה האט געחלומט ווי די זיבען מאגערע קוען שלונגען איין די זיבען פעטע קוען און און עס שטייט מען האט גארנישט דערקענט אויף זיי אז זיי האבען יעצט אויפגעגעסען אן גאנצע קוה און פרעה האט זיך אויפגעוועקט און זיך צוריקגעלייגט שלאפען,
און נאכדעם האט ער נאכאמאל געחלומט ווי זיבען מאגערע זאנגען שלונגען איין זיבען פעטע זאנגען און מען האט גארנישט דערקענט אויף זיי אז זיי האבען יעצט אויפגעגעסען א פעטע זאנג און פרעה האט זיך אויפגעוועקט און ער איז שוין נישט צוריק געגאנגען שלאפען,נאר געלאזט רופען אלע חרטומים וואס מיינט דער חלום?
שטעלט ער זיך פארוואס פונקט ביים צווייטען חלום איז ער געווארען אזוי צוטראגען?,
נאר ער איז מסביר אז פרעה האט אויך פארשטאנען אז ווען מען עסט קיען וואס איז פראטוען ווערט מען נישט גראב אבער ווען מען עסט זאנגען וואס איז קארב'ס און מען ווערט נישט גראב דאס האט ער שוין נישט געקענט פארשטיין.

און ווען עס פעלט קען ער אויך אריינגעבען, ווי למשל א שטיק צייט פלעגט זיין אין וויליאמסבורג א עקסערסייז צענטער און א רב האט זיך אויפגעשטעלט רעדען קעגען דעם און עס האט זיך אפגעשפארט, און ר' הערשעל האט געדונערט ביי זיין שיעור אויף דעם רב, און געפרעגט צו ער נעמט אחריות אויף די אלע מענטשען וואס גייען יעצט באקומען הארץ אטאקעס מיט אנדערע מחלות ה"י.

מיט די צייט האט ער געפענט אן אייגענע האטליין מיטען נאמען קול בריאים, דארט האט ער לעקציעס אויף אלע ווייטימינען פון A ביז די מיניראלען אויך די שו"ת איז אויף די האטליין
ער האט געזוכט א ספאנסער פאר די האטליין האט ער געטראפען מעקסי העלט ער רעד דאך סיי ווי פון ווייטעמינען זאגט ער שוין אינאיינוועגס אז מען זאל קויפען מעקסי העלט

ער איז געווארען מיט די צייט ממש ווי דער שלחן ערוך וואס מען מעג עסען און וואס נישט האט ער געמוזט עפענען א שאלות ותשובות אפטיילונג אויף זיין האטליין וואס עס האלט שוין היינט ביי איבער 250 שאלות ותשובות אויף אלע נושאים איבער געזונט, עס זייער אינטערעסאנט צו הערען ווי אזוי ער ליינט פאר די שאלות און נאכדעם די תירוצים, ער שעמט זיך נישט ער קען פארליינען קשיות און זאגען איך האב נישט קיין ענטפער אויף דעם.

מיט די צייט האט ער געפענט א דייעט סענטער מיטען נאמען ריעים בריאים, דאס קאסט געלט, אין וויליאמסבורג / בארא פארק פאר פרויען, אין בארא פארק האט ער אויך פאר מענער, דארט געבט מען זיך פערזענליך אפ מיט יעדע מענטש און מען רעכענט אויס וויפעל ער מעג עסען צו קענען פארלירען פונט.

ער איז א זייער א שטארקע חסיד פון ווייטימינען.

מענטשען פרעגען איהם ווי אזוי אמאל האט מען געקענט לעבען אן דעם? ענפערט ער אז אויב אזוי דארף מען אלעס נאכמאכען דעם אמאל ווי למשל, אמאל האב מען אנגעזייט אויף א שטיקעל ערד איינמאל א יאר וויפעל עס האט געקענט פארטראגען, אזוי אז די ערד האט נאטורלעך געהאט ווייטימינען,מינעראלען אבער היינט נוצט מען איבער די זעלבע ערד נאכאמאל און נאכאמאל און די ווייטימינען זענען שוין לאנג נישט אין די ערד,
אזוי אויך די פלייש פון בהמות איז נישט אזוי געזונט ווי אמאל וואס די בהמות פלעגען פאשען אויף גראז, אבער היינט שטאפט מען זיי מיט אלע מינים גארביזש קארבס

זיין מהלך אין דייעט איז מער וויייניגער געבויט אויף דר. עקטין, וואס דאס איז א הויך פעט ווייניג קארב דייעט.

הויך פעט מיינט,
אסאך פעטס פון בהמות ווי למשל, בהמה פלייש / טשיז / מילעך איז נישט אזוי גוט ווייל עס האט אויך אסאך קארבס, אין איין ווארט אסאך סעטרעשזעט פעט

ווייניג קארבס,
ווי למשל נישט קיין ברויט / קעיק / פרוכט /,
אזוי אויך איז נישט קיין חילוק צווישען ספעלט/האלוויט וכו'
אין איין ווארט וואס איז די חילוק פון ווייניג קארב פון ווייניג צוקער, לאמיר נעמען למשל מעל איז נישט קיין צוקער אבער קארבס האט עס יא
פרוכט האט אויך אסאך קארבס

לאמיר יעצט רעדען פון די דייעט בכלל.

וואס געשעט ווען א מענטש עסט קארבס ווי למשל ברויט, און די קערפער דארף נעמען די צוקער דערפון און עס אריינלייגען און די בלוט ארבעט עס אזוי, די קערפער לאזט ארויס א זאך וואס הייסט אינסאלין און דאס שטופט אריין די צוקער און די בלוט, אבער ווען א מענטש עסט צופיל קארבס אויפאמאל און די צוקער שטאפעל ווערט צו הויך, ווערט די קערפער צולאזט און לאזט ארויס צוסאך אונזלין אז עס זאל עס אראפקלאפען די צוקער,
און אויב עס איז דא צופיל אונזלין אידערויסען הייבט זיך אן אסאך פראפלעמען, איינע פון זיי אז מען ווערט גראב,
ווייל די מענטש ווערט זייער שנעל הונגעריג ווייל די קערפער קלאפט שוין אראפ די צוקער שטאפעל צו נידריג, עסט מען ווייטער נאך קארבס וחוזר חלילה,און חוץ פון דעם בלייבט אלע פעטענס אין די קערפער ווייל פאר די קערפער איז די גרינגסטע צו מאכען ערגעניע פון צוקער נוצט ער נישט דו פעטענס און מען ווערט גראב.

מה שאין כן אויף א לאו קארב דייעט,

עסט מען כמעט נאר פעטס און די אונזלין ווערט נישט צולאזט קלאפט עס נישט אראפ די צוקער שטאפעל איז מען אסאך לענגער זאט, און די קערפער האט נישט קיין קארבס מוז ער בלית ברירה נוצען די פעטענס פאר ערגעניע הייבט מען שוין אן צו פארלירען פונט און אינטשעס, אזוי אויך פארלירט מען אלע אנגעלייגטע וואסער פונעם קערפער.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:45 pm
דורך מאראנצןזאפט
:like
זשאב וועל דאן, זייער אן אינהאלטסרייכער ביא הרב סושי, א ישר כוח!
ווי פארשטענדליך איז דא אויך פארשידענע ביקורת אויף הרב מייזליש, וואס איך גלייב וועט שוין דא נאכקומען.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:56 pm
דורך משה געציל
וואו! אייגענס??? ריזיג!
די וועלט זאגט א בילד רעדט טויזענט ווערטער?! ואני אומר טויזענט ווערטער רעדן א מיליאן!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:06 pm
דורך הערשי
דאקטאר? ער פסק'נט אן סמיכה.
כ'האב געזען די נומערן פון טייל פון זיינע נאכפאלגער און זיי האבן גאר גוטע לאב-פראפיילס. דאך, ס'וואלט געווען כדאי ער זאל זיך מאכן אפיציעל אלס א נוטרישאניסט, ויורה יורה, כדי נישט צו זיין פון די מחריבי עולם. סוכ"ס גייט ער קעגן די דעת רבים און שטיצט געווייקטע פעטנס, זאלץ, און קאלעסטעראל.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:37 pm
דורך הערשי
רוב קערפער צעלן קענען נוצן סיי צוקער (גלוקאז) און סיי פעטנס (טרייגליסעריידס) פאר ענערגיע. רוב צעלן וועלן צום ערשט נוצן צוקער, און נאר נאכדעם וואס אזל הסולת גייט דאס אריבער צו פעטנס (אזוי פאלט מען אפ דורך פאסטן. די פעטנס ווערן פארציקט). מוסקלען צעלן נוצן לכתחילה פעטנס. די מוח קענען נישט נוצען מוחין, נאר צוקער, און אזוי פארשידענס.
די צעלן קענען נישט אויפנעמען די צוקער פון די בלוט דירעקט נאר דורך אינסולין. אינסולין איז א הארמאן פראדוצירט דורך קליינע אינזלן אין די פענקריעס ווען בלוט צוקער שטאפלן זענען הויך. דאס קלייניטשיגע אינסולין (ניטאמאל א פראטין, גערופן א פעפטייד מחמת קטנותו) באהעפט זיך צו די צעל און עפענט א טיר פארן צוקערל זיך אריינצושלייכן. ווי אויך טוט דאס אנדערע פונקציעס וואס העלפן נידערן די צוקער. די מוח ברויך נישט קיין אינסולין.
קארבאהיידרעטס זענען קאמפליצירטע צוקער, דאס הייסט אז כעמיש איז דאס אלס איינס. קראכמאל איז א שנירל פון טויזענטער גלאקוז'לעך געבינדן ראשו של זה בצד זנבו של זה. אין די בני מעיים זענען שוין דא ענזיימען וואס מאכן די מלאכה להפריד בין הדבקים און צו ארויסלאזן דאס צוקער אינעם בלוט שטראם. סעלולאז, פון וואס שטרוי און גראזן זענען געמאכט, איז אויך ווי קראכמאל א שניר פון גלוקאז, אבער ס'אנדערש געקניפט כעמיש און מענטשן פארמאגן נישט די ענזיימען צו אויפבינדן. דערפאר העלפט פייבער פאר א גוף נקי ווייל ס'פארדייעט זיך נישט און לאזט איבער "באלק". בהמות פארמאגן יא די ענזיימען (אדער זייערע בעקטעריע פארמאגן) און דערפאר רב תבואות בכח השור. ס'דא דייעט צוקער וואס פארדייט זיך אויך נישט אבער איז פארט זיס, און אז ס'גייט ארויס גיבט עס דאך נישט צו קיין וואג. צוקער וואס ווערט נישט באלד פארנוצט דורך די קערפער פאר ענערגיע ווערט ארומגעטוישט כעמיש אין די קערפער פאר פעטנס, געווייקטע פעטנס דאס הייסט, און אוועקגעלייגט פאר א רעגנדיגע טאג.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:50 pm
דורך רויטע וואנצעס
קול בריאים
718-819-3030

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:55 pm
דורך סאשי פיש
זיין וועבזייט
http://www.friendswithdiabetes.org

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:44 am
דורך זר זהב
סאשי פיש האט געשריבן:ווייניג קארבס,
ווי למשל נישט קיין ברויט / קעיק / פרוכט /,
אזוי אויך איז נישט קיין חילוק צווישען ספעלט/האלוויט וכו'
.

כאב אים נאך נישט געהערט, כ'פלעג אביסל ליינען וואס ער פלעגט שרייבן אין ''צייטונג'', ארטיקלען געספאנסערט דורך מעקסי העלטה. עניוועי אויב מישט ער טאקע צוזאם אלע קארבס אונטער איין דאך איז ער זייער ראנג און פארפירעריש. ליין אביסל אנליין די חילוק פון סימפל קארבס (שלעכט) און קאמפלעקס קארבס (גוט).

האלל גרעין און פרוכט/וועדזשטעיבעלס/בונדלעך פאלן אונטער די קאמפלעקס קארב קאטעגאריע
----
יעדער דייעט וואס זאגט דיר נישט צו עסן פרוכט, אנטלויף דערפון. ס'איז באלאני.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:52 am
דורך קאווע טרינקער
אזויווי אין רוב נושאים, בין איך בכלל נישט באקאנט אין די עסן ביזנעס, איך עס וואס איך וויל לקיים מה שנאמר שמח בחור בילדותך. עכ"פ בנוגע הערשל מייזעלס, זיין שפראך איז הערליך, ווי פון א צעטיל קליפ און קלאר. אבער דאס אז דר'עולם איז סר למשמעותו, איז א תוצאה פון זיין זיין דער איינציגסטע געזונטהייט פרעדיגער אינעם חסידישן סיסטעם.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:53 am
דורך רויטע וואנצעס
זר זהב האט געשריבן:
יעדער דייעט וואס זאגט דיר נישט צו עסן פרוכט, אנטלויף דערפון. ס'איז באלאני.


דארפס געדענקן אז ער קעיטערט בעיקר פאר מענטשען וואס האבן דייעביטיס. א דייעביטיס דייעט איז אנדערש ווי פאר א נארמאלע מענטש, און געוויסע פרוכט איז זייער נישט גוט און אסאך פעלער, צוליב natural sugar. ס'טויג אויך נישט פאר מענטשען וואס האבען קענדיטא/יוסט/פאנגעל אינפעקשינס.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:54 am
דורך זר זהב
אמת. אבער דער חלק פון סאשי פיש'ס ארטיקל צו וואס כ'באציה זיך רעדט בעיקר פון א דייעט בלויז צו פארלירן וואג.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:55 am
דורך רויטע וואנצעס
קאווע טרינקער האט געשריבן: אבער דאס אז דר'עולם איז סר למשמעותו, איז א תוצאה פון זיין זיין דער איינציגסטע געזונטהייט פרעדיגער אינעם חסידישן סיסטעם.


איינער געדענקט נאך לידער? א דייעט עקספערט פון ישראל (מיט א גרויסן בויך....).

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:39 am
דורך סאשי פיש
פאר איך פארגעס לאמיך לייגען א בילד פון ר׳ הערשל.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:00 am
דורך בעל הבית
.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:34 am
דורך געפילטע פיש
ניין, דאס איז עם, ס'איז זיין פראפיל פיקטשער אויף טוויטער.
https://twitter.com/RabbiMeisels

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:15 pm
דורך סאו וואט
כ'ווייס אז ער האט אנגעמאכט אסאך שלום בית פראבלעמען צווישען מאן און ווייב.
נאכדעים וואס דער ווייב לאזט נישט דו מאן קויפן וואס ער וויל, ווייל ס'איז כלומערשט
נישט געזונט, און זי האט פשוט רחמנות אויף אים.. און נעמט זיך אן פאר זיין געזונט.

אלע פראדוקטען זענען היינט זעראו טרענספעט לכבוד אים

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:42 pm
דורך איחוד פעלד
עס קומט אים א נאבאלע פרייז פאר אריינברענגען דער מושג פין עסען געזונט ביי אונזערע עולם. קען זיין אז ער איז נישט אזוי גערעכט מיט אלע זיינע שיטות, אבער בעת וואס ביי אונזערע עולם איז געוועהן אנגענומען אז ווען מען עסט אסאך ברויט פאר פרישטיק איז מען שטארק.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:44 pm
דורך [NAMELESS]
עס קומט אים קרעדיט פאר זיין אויפטוה, צו ערוועקן אויפמערקזאמקייט צו געזונטהייט און דיעטע, אבער זיין שרעקליך אראגאנטע און סעלפישע שפראך מאכט מיר גראב מער ווי קארבס.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 3:06 pm
דורך מאראנצןזאפט
גם אני מצטרף, איך ווער קראנק פון הערן זיין שפראך.
א מין ברייטקייט, וזה לשונו: "און לאמיר נישט רעדן פון די נארישע טעקסט מעסעדזש אז הערשל מייזליש האט יעצט געקויפט א קאקאש קעיק אין זושא'ס בעקערי, סתם פוסטע ליגנטס!" כאילו די גאנצע וועלט דרייט זיך ארום אים.
און אן אפוינטמענט ביי אים קאסט עטליכע הונדערט דאלער, אויפ'ן טעלעפאן וויל ער נישט ענטפערן קיין פראגען, און פארדעם שנארט ער און מאכט ראפלס.
בכל אופן, פאר די וויטאמינען ביזנעס איז ער ווערד כל הון דעלמא. טויזנטער פון זיינע פארעהרער שטאפן זיך מיט פילן, קליינע און גרויסע, און צאלן די הויזן פאר צעמאלענע בראקלי און אינגבער און אנדערע געווירצן און מר דרור.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 3:25 pm
דורך סאשי פיש
זר זהב האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:ווייניג קארבס,
ווי למשל נישט קיין ברויט / קעיק / פרוכט /,
אזוי אויך איז נישט קיין חילוק צווישען ספעלט/האלוויט וכו'
.

כאב אים נאך נישט געהערט, כ'פלעג אביסל ליינען וואס ער פלעגט שרייבן אין ''צייטונג'', ארטיקלען געספאנסערט דורך מעקסי העלטה. עניוועי אויב מישט ער טאקע צוזאם אלע קארבס אונטער איין דאך איז ער זייער ראנג און פארפירעריש. ליין אביסל אנליין די חילוק פון סימפל קארבס (שלעכט) און קאמפלעקס קארבס (גוט).

האלל גרעין און פרוכט/וועדזשטעיבעלס/בונדלעך פאלן אונטער די קאמפלעקס קארב קאטעגאריע
----
יעדער דייעט וואס זאגט דיר נישט צו עסן פרוכט, אנטלויף דערפון. ס'איז באלאני.


[tag]זר זהב[/tag] אוודאי איז דא א קליינע נפקה מינה צווישען די קאמפלעקס קארבס און די פאשוטע קארבס, און פון פרוכט,
וויפעל אינסאלין די קארב מאכט די קערפער זאל ארויסגעבען, ווייל גאנצע קארבס האט פייבער וואס עס דויערט צייט צו פארדייען שפרינגט נישט די צוקער ארויף אזוי שנעל,
עס ווערט געמאסטען דורעך די Glycemic index
עס איז דא דריי קאטיגאריעס

HI- ווי למשל, ווייס ברויט / קארען פלעגס סירעל,

MED- ווי למשל, האול האוויט / אייז קרים (איך מיין עס ערענסט)

LO- ווי למשל, באנדלעך / ניסלעך,
ווי נידריגער איז אלס בעסער

מענטשען פרעגען אסאך מאל ר' הערשעל וועלכע בילקעלע זאל מען נוצען שבת ביי די סעודה, האול האוויט/ספעלט ענטפערט ער בזו הלשון,
די געזונסטע בילקעלע איז די קלענסטע בילקעלע!!

זר זהב האט געשריבן: יעדער דייעט וואס זאגט דיר נישט צו עסן פרוכט, אנטלויף דערפון. ס'איז באלאני.

די רמב"ם שרייבט שוין בזו הלשון, אין הלכות דעות פרק ד' הלכה י"א
לעולם ימנע אדם עצמו מפירות האילנות, ולא ירבה מהן,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 3:30 pm
דורך זר זהב
אבער עטקינס שרייבט אז מ'זאל נישט עסן גארנישט פרוכט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 3:32 pm
דורך [NAMELESS]
מאראנצןזאפט האט געשריבן:גם אני מצטרף, איך ווער קראנק פון הערן זיין שפראך.
א מין ברייטקייט, וזה לשונו: "און לאמיר נישט רעדן פון די נארישע טעקסט מעסעדזש אז הערשל מייזליש האט יעצט געקויפט א קאקאש קעיק אין זושא'ס בעקערי, סתם פוסטע ליגנטס!" כאילו די גאנצע וועלט דרייט זיך ארום אים.
און אן אפוינטמענט ביי אים קאסט עטליכע הונדערט דאלער, אויפ'ן טעלעפאן וויל ער נישט ענטפערן קיין פראגען, און פארדעם שנארט ער און מאכט ראפלס.
בכל אופן, פאר די וויטאמינען ביזנעס איז ער ווערד כל הון דעלמא. טויזנטער פון זיינע פארעהרער שטאפן זיך מיט פילן, קליינע און גרויסע, און צאלן די הויזן פאר צעמאלענע בראקלי און אינגבער און אנדערע געווירצן און מר דרור.



אקעי, דאס האב איך נישט געהאלטן ביים ארויפברענגען, אבער עס קרענקט מיר די געשיכטע מיט מיינס א נאנטער, א ארימער יונגערמאן וועמען דער דאקטאר האט אים געזאגט אז ער ליידט אויף צוקער, און ער האט גערופן הערשל מייזלס פרעגן א געוויסע עצה, דער יונגערמאן איז א קלוגער און געט זיך אן עצה, ער האט נאר געוואלט א קלייניגקייט, אבער דער יושב ראש הארגון האט אים קאלטבלוטיג געענטפערט "איך ענטפער נישט אויפן טעלעפאן, מען דארף מאכן אן אפוינטמענט און עס קאסט צוויי הונדערט און פופציג דלאר"
וואספארא חור בתחתון? און ער האט נאך אן ארגעאנאזציע פאר וועלכע מען שנארט?!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 3:34 pm
דורך זר זהב
זעט אויס אז כיטערע אינגען האבן איינגעזען וואס פארא גאלד גרוב ער איז און זיי האבן אים פשוט געהיידזשעקט? אפשר איז עס נישט רב מייזעלס'ס שולד?