בלאט 1 פון 1

גוגל איז דאון?

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:10 pm
דורך שמואל הלוי
די לעצטע פאר מינוט קען איך נישט אריינגיין אין קיין שום גוגל סייט, האט נאך איינער די פראבלעם?

Re: גוגל איז דאון?

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:13 pm
דורך שמואל הלוי
יעצט זעה איך אז נישט נאר גוגל, אין אסאך וועב זייטלעך קען איך יעצט נישט אריינגיין... קאווע שטיבל איז פון די איינציגסטע וואס איז אפן.

Re: גוגל איז דאון?

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:13 pm
דורך משה געציל
יעצט פרובירט, ארבעט געהעריג.

Re: גוגל איז דאון?

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:14 pm
דורך שמואל הלוי
נו וואס קען עס מיינען? א וויירוס?

Re: גוגל איז דאון?

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:24 pm
דורך kliger
איך פארשטיי דיר נישט,האסט דאך דאס געשריבן היינט

viewtopic.php?f=3&t=468

האסט געמיינט טאקע אז פונקט די זעלבע טאג זאל דאס געשען

just kidding

Re: גוגל איז דאון?

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:25 pm
דורך שמואל הלוי
kliger האט געשריבן:איך פארשטיי דיר נישט,האסט דאך דאס געשריבן היינט

viewtopic.php?f=3&t=468

האסט געמיינט טאקע אז פונקט די זעלבע טאג זאל דאס געשען

just kidding

יעצט איז עס מער אינטערסאנט ווייל ממש גארנישט ארבעט נישט ביי מיר נאר קאווע שטיבל און איי וועלט.

Re: גוגל איז דאון?

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:32 pm
דורך שמואל הלוי
אקעי ב"ה ס'ארבעט שוין, איך האב אויסגעלאשן די ראוטער און צוריק אנגעצינדן והכל על מקומו בא בשלום.

Re: גוגל איז דאון?

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:43 am
דורך אברעמעל
אויב איך מעג מעורר זיין, אזא אשכול לויפט מען נישט גלייך עפענען אין די נייעס פארום.

Re: גוגל איז דאון?

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 10:56 am
דורך שמואל הלוי
אברעמ'ל ווען איך האב געעפענט די אשכול האב איך באמת געמיינט אז ס'איז א פראבלעם, ווייל איך האב דאך געהאט אינטערנעט קאנעקשאן והא ראי' אז קאווע שטיבל האט געארבעט, אבער גוגל האט נישט געארבעט ביי מיר, סאו איידער דו ביסט מעורר טראכט אביסל אריין און לייג זיך אריין אין יענעמס שיך.

Re: גוגל איז דאון?

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:28 pm
דורך קרעמער1
לויט ווי איך הער איז עס געווען דזשעי-נעט'ס פראבלעם

איז דאס ריכטיג, הרב שמואל הלוי?

Re: גוגל איז דאון?

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:29 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב נישט קיין אנונג, איך ווייס נאר אזויפיל אז נאכן אויסלעשן און צוריק אנצינדן די ראוטער איז אלעס פארראכטן געווארן.

Re: גוגל איז דאון?

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:31 pm
דורך קרעמער1
דו נוצט דזשעי נעט?

Re: גוגל איז דאון?

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:34 pm
דורך שמואל הלוי
פריער ביסטו געווען זיכער אז איך נוץ דזשעי נעט און יעצט ביסטו פלוצים מסופק געווארן?

Re: גוגל איז דאון?

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:58 pm
דורך קרעמער1
כ'בין נישט געווען זיכער. איך האב געפרעגט און דו מוזט נישט ענטפערן

Re: גוגל איז דאון?

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 2:36 pm
דורך אברעמעל
קוקט נישט אויס אז ער האט דשעי נעט, ווי מ'זעהט אין אנדערע אשכולות...

שמואל כ'גלייב דו ביסט נישט אזוי דום און פארשטייסט אליין די חילוק אז ווען דו פרעגסט עפעס איז עס נישט קיין נייעס.

Re: גוגל איז דאון?

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 2:43 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב שוין געעפנט נאך צוויי אשכולות אין דעם נושא, איינמאל ווען איי וועלט האט נישט געארבעט און די צווייטע ווען קאווע שטיבל האט נישט געארבעט, און ביידע מאל האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז טאקע יא געווען א נייעס.

ווען גוגל וואלט ווען טאקע געווען דאון וואלט עס נישט געווען קיין נייעס? ווי דען האב איך געדארפט שטעלן די אשכול אפשר אין תורה ומחשבה?
ובאמת כבר הי' לעולמים אז דזשימעיל האט נישט געארבעט פאר א שטיק צייט.