בלאט 1 פון 1

סיפור - די קונסט (אין בלוף) פינעם אתרוג סעיל

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:44 pm
דורך יידש-אינטעלעקט
סיפור - די קונסט (אין בלוף) פינעם אתרוג סעיל

א וואך פאר דער יום טוב סוכות, געציל קימט אריין אין זיין (makeshift) אתרוג גישעפט אזוי ווי יעדע ציפרי. ער לייגט אויס שיין אין א רייע אלע זיינע אתרוגים אויפען טיש, ציטיילט ביי פרייזען, ער נעמט איין אתרוג, פארמאכט עס אין א באקס אין לייגט עס אינטער די טיש. ער איז יעטץ גרייט פאר זיין ערשטען קונה.

קימט אריין זיין חבר שמעריל, גלייך פין שחרית נאך מיטן טלית ותפילין אין האנט, מיט פיל פרייד אין עקסייטמענט. נאך שטייעדיג ביים טיר שרייט הויך ״געציל מיין טייער חבר, וואס מאכסטי? וואס הערציך? עפעס א שיינעם ספעציעלע אתרוג, האסטו פאר מיר?"

איך וועל דיר זאגען דעם אמת, ענטפערט געציל מיט גימאכטע ווייטאג אין זיין קול, איך בעט דיך יעדעס יאר, קים אריין פרי ווייל מען כאפט מיך אויס די שיינע סחורה... די קימסט יעצט שפעט אין סיזאן. וואס קען איך דיר זאגען, וואס קען איך דיר ווייזען.... כאפ א בליק אויף די אתרוגים דא אויפען טיש, איך בין זיכער וועסט טרעפין א שיינס. האסט דאך גיט געדאווענט דעם פאריגען ט״ו בשבט.

נו נו, זאגט שמעריל, דאס אפעטיט איז עם שוין ארויס. ער פילט שוין אז דאס יאר קימט ער טאקע אין שיל יו״ט פילינדיג ווי א לוזער. אבער בלית ברירה, מען מיז דאך האבען אן אתרוג, נעמט ער זיך קלויבען אין בודק זיין די אפקלייב וואס איז אויפען טיש. לאחר בדיקות וחקירות, שבעה נקיים אוף יעדע שטיקל , דרייט ער זיך ווידער צי געציל אין לאזט ארויס א קרעכץ. "געציל, איך זע דא, טאקע אלע שיינע, נקי נקי ממש... אבער די ווייסט דאך, איך בין מהדר אין דעם, איך זיך עפעס טאקע ספעשיל..."

שמעריל, עס טיט מיר וויי דאס הארץ, איך בעט דיר, גידענק אויף נעקסטעם יאר, קים פאר יום הקדוש צי פאר ראש השנה... העק קויף דאם אתרוג פאר שבת נחמו!

אזוי שפילינדיג אויף שמעריל׳ס ווייטאג אין שוואכקייטען, ריפט זיך אן געציל אין זאגט: שמעריל, איך וויל דיך נישט ווייטאן, איך פיל טאקע דיין פיין. פינקט נעכטין איז אריין געקומען קאפיל אין געקלויבט דאס לעצטין הדר שבהדר. ער האט מיר גיבעטען איך זאל עס לייגען אין די זייט, ריזערבט פאר עם, ווייל ער דארף פרעגין זיין שווער צי ער האט שוין באצאלט פאר אן אנדערע וואס ער האט אויף האלד ערגעץ. איך וויל דיר עס אפילו נישט ווייזען, וועסט אויסגיין פאר השתוממות, דאס איז א יחיד, א אינו נמצא! נו לאמיר אפילו נישט אריין גיין אינעם פינעף הונדעאט דאלער וואס ער צאלט... איך וויל דיר אפילו נישט זאגען דעם פרייז... דאס איז ממש דעם שענסטין שטיקל וואס איך האב געזען היי יאר.

שמעריל גייט טאקע אויס, גיפערליך נייגריג, נאך דערצו א שטיקל וואס קאפיל האט אויסגיוועלט איז נישט א דבר של מה בכך. נאך בקשות אין תחנונים איז געציל ענדליך מסכים צי באווייזען דעם שטיק הדר. התפעלות איז קליין גיזאגט, שמעריל איז אויס מענטש. אין געציל שפילט נאך ארויף דעם hype. קיק אהער אזאנס, א גידול, א פיטום, נקי נקי... איך זאג דיר קלאר, מען דארף קימען פרי.

שמעריל, עס רינט עם דאס מויל, ציבראכענערהייט, בעט ער זיך, "געציל, ריף אן קאפיל, זע אפשר קען ער נעמען דאס אתרוג וואס זיין שווער האט עם אוועק גילייגט. מאך דעם קאל, איך בעט דיך."

געציל אטעמט שווער, "איך זאג דיר שמעריל, איך טו עס נאר פאר דיר, ביסט א גיטע חבר מיינע..." ער ריפט אן פלוני אלמוני, לייגט אראפ א זאפטיגע מעשה, אין מיט געוויין בעט זיך ביי קאפיל זאל עם לאזען פארקויפען דאס יחידעל הדר פאר שמעריל. יא יא פארשטייט זיך אז שמעריל דארף צילייגען דאס צוויי הונדערט דאלער וואס דאס אנדערע וועט קאסטען מער. אין מען האט א דיל.

שמעריל, מיט א שמייכעל פין אויער ביז אויער, וואקט ארויס פינעם גישעפט, אן אתרוג אין האנט אין א פילען געפיל הארץ, ער האט א יחיד במינו, נאך קאפיל׳ס א סעלעקשען, טאקע גיט גידאווענט.

אין אין גישעפט, פאקט איין געציל דאס זיבען הידרעט דאלער, ישר ריין פארדינט. ער נעמט א פרישע אתרוג פינעם טיש, פאקט עס איין אין א באקס מיט א צייכען אין לייגט עס אינטער די טיש. ער איז יעצט גרייט פאר דעם נעקסטעם קוסטעמער.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:52 pm
דורך נצבד
אמאל געהערט נאכזאגען פונעם הייליגען בארדיטשובער זי"ע , יום הכיפורים קומט דאך דער שטן מקטרג זיין אויף יודען, זאגט עם הקב"ה אז דו ביסט דאך דער וואס "פארנערט" זיי, טענה'ט דער שטן ווי קען מען דען פארנארען דיינע קינדער? זיי זענען דאך פיפיגע סוחרים, און פארשטייען גאר פיין אן עסק, קומט דער יו"ט סוכות און יודען "נערט" מען אריין א פרי וואס א טאג דערנאך איז עס ווערט גאנצע פופציק סענט, פאר אפאר הינדערט טאללער, דאס ווייזט אז מקען יא פארנערען יודישע קינדער צו טאן עבירות אויך, און אזוי ווערט זיינע טענות און קיטרוגים בטל.

קען זיין אז אינז זעמיר שוין נעבעך אזוי טיף טייער, אז מדארף שוין היבש פארטאפלען דאס אפנארעריי, אז די לימוד זכות זאל זיין ווירקזאם...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:59 am
דורך הוגה
עס איז אן אלטע לעגענדע אז אתרוג סוחרים באראבעווען דעם עולם. מען זאגט אז אין דער היים האט אן אתרוג סוחר נישט געקענט באקומען אן עליה ביז נאך חנוכה. (דאס איז למעשה א שטיקל סתירה מיט די אנדערע לעגענדע אז אין דער היים איז נישט געווען מער ווי איין צוויי אתרוגים פער שטאט.)

מען זאגט אז געוויסע סוחרים מאכן די פרייזן געוואנדן אויף ווי באלעבאטיש און gullible די קאסטומער זעהט אויס. איך ווינדער מיר צו עס איז אמת און עס קומט טאקע פאר.

למעשה, דאס איז זיכער אז 300 דאלער פאר א לעמאן א בעזעם און אפאר צווייגעלעך איז הימל געשריי. אבער לבי אומר לי אז די אתרוגים סוחרים זענען נישט די פארברעכער דא, איך מיין אז שולדיג אין די שרעקליכע יוקר השער זענען די בעלי פרדסים.

לסיכום וויל איך אייך זאגן אז ווער עס באצאלט די טייערע פרייזן איז א sucker אפילו אויב ער רעדט זיך איין אז ער טוט עס לש"ש. די באשעפער שעפט נישט קיין נחת. אין הקב"ה חפץ בכסילים! דאס איז מיין פריוואטע דעה, און עס ריפלעקט נישט די דעה פון די הנהלת הק"ש און אירע subsidiaries... :D

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 1:26 am
דורך זר זהב
נצבד האט געשריבן:אמאל געהערט נאכזאגען פונעם הייליגען בארדיטשובער זי"ע , יום הכיפורים קומט דאך דער שטן מקטרג זיין אויף יודען, זאגט עם הקב"ה אז דו ביסט דאך דער וואס "פארנערט" זיי, טענה'ט דער שטן ווי קען מען דען פארנארען דיינע קינדער? זיי זענען דאך פיפיגע סוחרים, און פארשטייען גאר פיין אן עסק, קומט דער יו"ט סוכות און יודען "נערט" מען אריין א פרי וואס א טאג דערנאך איז עס ווערט גאנצע פופציק סענט, פאר אפאר הינדערט טאללער, דאס ווייזט אז מקען יא פארנערען יודישע קינדער צו טאן עבירות אויך, און אזוי ווערט זיינע טענות און קיטרוגים בטל.

קען זיין אז אינז זעמיר שוין נעבעך אזוי טיף טייער, אז מדארף שוין היבש פארטאפלען דאס אפנארעריי, אז די לימוד זכות זאל זיין ווירקזאם...

דאס איז גאר גוט! שטארקע לימוד זכות :like

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 2:10 am
דורך יידש-אינטעלעקט
יישר-כח נצבד, די האסט בשיינעט דאס מעשה מיט אן הערליכע ליכט. אבער, ווער גיט געציל א רעכט צי פארדינען זיבען הונדרעט דאלער פאר דעם לימוד זכות?

(על כל פנים דאס מעשה געשריבען גיווארען דא נאר אלס א מילתא דבדיחותא...)

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 8:58 am
דורך קינות גירושין
מקען קויפן אתרוגים פאר 30 דאלער אויפן גאס,וכן אני נוהג, די אלע וואס קויפן פאר עטליכע 100 דאלער זענען זיך אליינס שולדיג כהאב נישט קיין שום רחמנות אויף זיי.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 9:22 am
דורך berlbalaguleh
יידש-אינטעלעקט האט געשריבן:יישר-כח נצבד, די האסט בשיינעט דאס מעשה מיט אן הערליכע ליכט. אבער, ווער גיט געציל א רעכט צי פארדינען זיבען הונדרעט דאלער פאר דעם לימוד זכות?

(על כל פנים דאס מעשה געשריבען גיווארען דא נאר אלס א מילתא דבדיחותא...)

ניין. דאס איז די מציאות אין געוויסע היימישע געיגנטן. ס'איז אלעס כדאי אז מ'זאל קענען דעם ערשטן טאג סוכות פאר הלל ארומפיהרן דעם אתרוג פון רעכל צו מעכל און א יעדער זאל שמאטשקען מיט די ליפן. כשאני לעצמי. כ'גיי ארויס אויף --- עוו. נעיבן ביהמ"ד --- --- און כ'האנדל איין אן אתרוג מיט א לולב אן אמת'דיגן הדר פאר א נארמאלן פרייז. מיין אתרוג פאהרט נישט ארום אין אלע הענט צו באטאפן עס און באטראכטן און זאגן מבינות אדער קריטיק. :lol:

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 9:57 am
דורך שצם_חנכל
שוין לאנג אווער די צייטן פון ארומשיקן די אתרוג צו די גאנצע שול, היינט אז איינער קויפט א מהודר איז ווארשיינליך אביסל לש"ש נאך וואס רוב עולם האלט ווי בערל באלעגאלע

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 10:08 am
דורך קאווע טרינקער
קען איינער צו ברענגען וואס דער הייליגער באר מים חיים שרייבט אויף די וואס זענען מהדר צו קויפן טייערע אתרוגים?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:11 pm
דורך יידש-אינטעלעקט
בערל, די נעמסט דאך אבער צי דאס גרויס לימוד זכות, וואס וועלסטו טענען מארגען יום הקדוש? אינסעין? האסט דאך נאר געצאלט דרייסיג דאלער פאר דיין סעט...
איך גיי צי מיט אן אנדערען ציגאנג, איך בין אריין אין א טייערע אתרוג גישעפט אין גיפרעגט מיט א גלייך פנים, ״זאג מיר נאר ר׳ איד, וויפיל פאר א פונט?״

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 2:38 pm
דורך gehlungen
קינות גירושין האט געשריבן:מקען קויפן אתרוגים פאר 30 דאלער אויפן גאס,וכן אני נוהג, די אלע וואס קויפן פאר עטליכע 100 דאלער זענען זיך אליינס שולדיג כהאב נישט קיין שום רחמנות אויף זיי.

The rebbe the Ber,moshe ztzl was a famous Big spender (by floor) for his SET

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 2:51 pm
דורך I'm back
gehlungen האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:מקען קויפן אתרוגים פאר 30 דאלער אויפן גאס,וכן אני נוהג, די אלע וואס קויפן פאר עטליכע 100 דאלער זענען זיך אליינס שולדיג כהאב נישט קיין שום רחמנות אויף זיי.

The rebbe the Ber,moshe ztzl was a famous Big spender (by floor) for his SET


איך וועל מגיב זיין נאך יו'כ אי'ה.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 4:47 pm
דורך berlbalaguleh
יידש-אינטעלעקט האט געשריבן:בערל, די נעמסט דאך אבער צי דאס גרויס לימוד זכות, וואס וועלסטו טענען מארגען יום הקדוש? אינסעין? האסט דאך נאר געצאלט דרייסיג דאלער פאר דיין סעט...
איך גיי צי מיט אן אנדערען ציגאנג, איך בין אריין אין א טייערע אתרוג גישעפט אין גיפרעגט מיט א גלייך פנים, ״זאג מיר נאר ר׳ איד, וויפיל פאר א פונט?״

ווען די אתרוג סוחרים וואלטן געהאט א ביסל שכל אויך (חוץ גניבה און שווינדל) :evil: וואלטן זיי פארקויפט די אתרוגים לויט'ן "קאראט".

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:14 am
דורך איך אויך
הוגה האט געשריבן:עס איז אן אלטע לעגענדע אז אתרוג סוחרים באראבעווען דעם עולם. מען זאגט אז אין דער היים האט אן אתרוג סוחר נישט געקענט באקומען אן עליה ביז נאך חנוכה. (דאס איז למעשה א שטיקל סתירה מיט די אנדערע לעגענדע אז אין דער היים איז נישט געווען מער ווי איין צוויי אתרוגים פער שטאט.)

וואס איז די סתירה?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:28 am
דורך שמעקעדיג
הוגה האט געשריבן:אבער לבי אומר לי אז די אתרוגים סוחרים זענען נישט די פארברעכער דא, איך מיין אז שולדיג אין די שרעקליכע יוקר השער זענען די בעלי פרדסים.

....דאס איז מיין פריוואטע דעה, און עס ריפלעקט נישט די דעה פון די הנהלת הק"ש און אירע subsidiaries... :D

מפי השמועה ווייס איך אז די אתרוג סוחרים זענען די גנבים, נישט די בעלי פרדסים. די לעצטע גיבן אלע אתרוגים פארן זעלבן שפאט ביליגן פרייז, און דערנאך טוט דער אתרוג סוחר דערמיט מה שלבו חפץ.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 10:22 pm
דורך בשבילי!
יונע דיומי

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 10:34 pm
דורך מאטי
הוגה האט געשריבן:עס איז אן אלטע לעגענדע אז אתרוג סוחרים באראבעווען דעם עולם. מען זאגט אז אין דער היים האט אן אתרוג סוחר נישט געקענט באקומען אן עליה ביז נאך חנוכה. (דאס איז למעשה א שטיקל סתירה מיט די אנדערע לעגענדע אז אין דער היים איז נישט געווען מער ווי איין צוויי אתרוגים פער שטאט.)

מען זאגט אז געוויסע סוחרים מאכן די פרייזן געוואנדן אויף ווי באלעבאטיש און gullible די קאסטומער זעהט אויס. איך ווינדער מיר צו עס איז אמת און עס קומט טאקע פאר.

למעשה, דאס איז זיכער אז 300 דאלער פאר א לעמאן א בעזעם און אפאר צווייגעלעך איז הימל געשריי. אבער לבי אומר לי אז די אתרוגים סוחרים זענען נישט די פארברעכער דא, איך מיין אז שולדיג אין די שרעקליכע יוקר השער זענען די בעלי פרדסים.

לסיכום וויל איך אייך זאגן אז ווער עס באצאלט די טייערע פרייזן איז א sucker אפילו אויב ער רעדט זיך איין אז ער טוט עס לש"ש. די באשעפער שעפט נישט קיין נחת. אין הקב"ה חפץ בכסילים! דאס איז מיין פריוואטע דעה, און עס ריפלעקט נישט די דעה פון די הנהלת הק"ש און אירע subsidiaries... :D

[tag]הוגה[/tag] ס'איז דאך נישט ערגער ווי יענער עם הארץ וואס האט אנגעלאדנט דעם ארון הקדוש מיט בארכעס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 10:46 pm
דורך ישראל קאפקע
דער עולם זאגט גוט, אמחיה צוליינען! :like :D :like

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 7:17 am
דורך קאך_לעפל
ווען מען עסט ווען מצה אין בית מדרש, און מען שאקעלט לולב אונדערהיים, וואלט א מצה געקאסט א הינדרעטער, און א אתרוג פינעף דאלער.......

איר מיינט אז אונזער צדיקל קויפט א טייערען אתרוג ווייל ער וויל פרייליך מאכן דעם באשעפער? א פייג מיט א רעטיך, והא ראי' גיי קוק וויפול ער לאזט זיך דען קאסטן, ביי די מצות וואס איז צווישן ג-ט און אים, זיין טלית קטן, מזוזות, אד''ג.......

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 12:59 pm
דורך ציבעלע-קיגל
הוגה האט געשריבן: אבער לבי אומר לי אז די אתרוגים סוחרים זענען נישט די פארברעכער דא, איך מיין אז שולדיג אין די שרעקליכע יוקר השער זענען די בעלי פרדסים.


ניין די פארברעכער זענען די בהמות וואס (זיי אליין) צאלען די רציחישע פרייזען. איך האב געטראפען די לעצטע פאר יאהר ביי די וואס פארקויפען אויפ'ן גאס א שיינע סעט פאר צוואנציג דולר האב איך גענומען פאר פינעף אין צוואנציג עס זאהל שוין אויך הייסען אז איך האב זיך אביסעל אנגעשטרענגט פאר די מצוה.

אויב מען וועט אויפהערן צו צאלען די פרייזען וועט די פרייז פאלען. אויסער דעם אויב דו ווילסט טאקע א טייערע אתרוג טוה וואס איך האב געטוהן. איך האב געקויפט פאר פינעף אין צוואנציג און ווען איינער און שוהל האט מיר געפרגט... אאאההה וויפיל האסטו באצאהלט פאר דעם?

האב איך געזאגט... איך האב געמאכט א באמבע דיעל! עס האט געקאסט 250 דולר און איך האב איהם אראפ-געהאנדעלט אויף 170...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:37 pm
דורך ליפא
,,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:20 am
דורך אפטעמיסט
ס'פאלט מיר איין א שטיקל ווארט, ס'שטייט ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר, קען מען אפשר טייטשן פרי עץ ה"דער" —
ווילאנג דער "דער" — דער יענער, האלט סאיז שיין, איז מען יוצא. הייסט, ווען מען וואוינט אין די פייוו-טאונס קען מען לכאורה יוצא זיין מיט אזא בדיעבד'יגע אתרוג'ל; א וויליאמסבורגער איד ברויך אבער מאכן זיכער אז זיין שכן אין ראדני עפענט אויף א פאר אויגן ווען ער עפענט דעם אתרוג פושקע אין בית המדרש; אן דעם איז מען נישט יוצא גארנישט. איז יא, שווארץ אתרוגים פאר זיבן מאות איז נישט קיין הידור. ס'איז א חיוב, וכל המוסיף מוסיפים לו מן השמים.

Re: סיפור - די קונסט (אין בלוף) פינעם אתרוג סעיל

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:28 am
דורך דער גאלדענער אדלער
אמאל איז דא א ווארט וואס איז אדער שיין אדער אמת, דעס איז ביידע, ליידער.