בלאט 1 פון 4

נייעס, בילדער, אפדעיט'ס, פון קארס, אוויאציע, טראנספארטאציע

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 9:53 pm
דורך סאשי פיש
[center]די אשכול איז געווידמעט פאר בילדער נייעס פון נייע און אלטע קארס צוגלייך [/center]

די נייע סאבערבען
[center]
General-Motors-Big-SU_sham-1-725x481.jpg
General-Motors-Big-SU_sham-1-725x481.jpg (65.96 KiB) געזען געווארן 5659 מאל
[/center]
די נייע דינעלי
[center]
General-Motors-Big-SU_sham-725x469.jpg
General-Motors-Big-SU_sham-725x469.jpg (81.16 KiB) געזען געווארן 5659 מאל
[/center]

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:29 am
דורך יין שרף
Frankfurt, Germany - The Most Stunning Cars At Frankfurt Auto Show

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:32 am
דורך יין שרף
נו? וועלכע ווילסטו???

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:39 am
דורך רויטע וואנצעס
[tag]יין שרף[/tag], זייט די עגל הזהב האב איך נאכנישט געזעהן אזא שיין שטיקל דומם ווי די זעקסטע קאר.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:21 pm
דורך מ. גליקמאן
פעעך. GM האט פארהארגעט דעם סובארבאן מיטן דינעלי. די אלטע איז געווען סאך שענער.
אדער קען זיין אז מען דארף זיך פשוט צוגעוואוינען דערצו, ווייל די איצטיגע געדענק איך האב איך מיר אויך געעקעלט דערפון ווען עס איז ארוס געקומען און עס האט גענומען צייט ביז איך האב עס אנגעהויבן גלייכן.

אז מען רעדט שוין, וואס איז טאקע פשט אז עס נעמט זיי אזוי לאנג ביז זיי טוישן דעם דעזיין פון די סובארבאן פאמיליע? אנדערע קארס ווי די סיענע און אדעסי ווערט געטוישט יעדע צוויי יאר, אבער די סובארבאן איז שוין נישט געטוישט געווארן צווישן פינעף און צעהן יאר, און די זעלבע איז געווען איינמאל פארדעם.
איינער האט א הסבר?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:27 pm
דורך לעמיל
מ. גליקמאן האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, וואס איז טאקע פשט אז עס נעמט זיי אזוי לאנג ביז זיי טוישן דעם דעזיין פון די סובארבאן פאמיליע? אנדערע קארס ווי די סיענע און אדעסי ווערט געטוישט יעדע צוויי יאר, אבער די סובארבאן איז שוין נישט געטוישט געווארן צווישן פינעף און צעהן יאר, און די זעלבע איז געווען איינמאל פארדעם.
איינער האט א הסבר?

זייער פשוט די מענטשען וואס נעמען א סובארבאן האבען ליב דעי דיזיין זיי דארפען נישט מ'זאל עס טוישען

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:34 pm
דורך מ. גליקמאן
און די וואס נעמען אן אדעסי האבן עס נישט ליב? דאן פארוואס נעמען זיי עס?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:53 pm
דורך לעמיל
די וואס נעמען די אדעסי דארפען א טויש מער אפט ווי די וואס האבען א סובארבאן

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 2:16 pm
דורך סאשי פיש
א בילד פון די בעק פונעם סאבערבען 2015

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 4:16 pm
דורך סלינקי
ער קוקט אויס גאנץ ענליך צום האנדא פיילאט

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:39 pm
דורך יואב
גראדע האב איך יא מער ליב די נייערע. אגב, דער איצטיגער סובורבאן איז אסאך שענער אינדרויסן ווי די יוקאן. מילא דער דענעלי, האט כאטש א קיהלער גריל, און די אונטערשטע לעקטער זענען דורכזיכטיגע גלאז. דער יוקאן קוקט סתם אויס פאצעריש די זייטיגע פיטשערס. דער סובערבאן ווידעראום פארמאגט סמויקד לעקטער פארענט צוויי באזונדערע לעקטער פאר הייבימס און העד לייטס, שיינער גריל, בעק לעקטער נישקשה. דער נייער יוקאן אבער קוקט יא אויס צום זאך.

וויאזוי דארף מען ענדיגן? אה. דאס איז דאך אלעס אזאנע שטותים. דער עיקר א קאר מיט פיר רעדלעך און ס'פארט.ס'זאל מיר ברענגן, טראגן, און כ'זאל קענען אנקומען וואו כ'וויל. וואס ברויך איך עפעס אנדערש? סתם קאסטן געלט. פארוועם, פארוואס.א משוגענע וועלט.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2013 9:36 pm
דורך רויטע וואנצעס
מ'זאגט אז די קאר ווייזט אויפן מענטש וואסערע טייפ ער איז. למשל, אויב זעה איך א קאר מיט נשיקות פאר איך גענוג ווייט אז איך זאל נישט קישן, און אויך נישט באקומען.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2013 10:00 pm
דורך הוגה
שמחה גדולה ביים היימישע עולם! די נייע אדעסי 2014


.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 2:49 pm
דורך שמעקעדיג
פון פארנט קוקט עס אויס גאר שיין און קלאסיש
(סאשי'ס אויבערשטע בילד איז פונעם יוקאן, נישט די שעווי סובארבען)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 4:51 pm
דורך סאשי פיש
א שיינע קאנווירעבאל B.M.W

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 8:53 pm
דורך שמעקעדיג
די נייע עסקעלעיד וועט האבן מער א פאוערפול ענזשין, מער פיעטשורס, און זיין שטילער.

http://www.detroitnews.com/article/2013 ... 70131/1148

http://www.thecarconnection.com/overvie ... alade_2015

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:46 am
דורך רויטע וואנצעס
א מיני קופער לימוזין.
https://twitter.com/nypost/status/38806 ... 5896259584

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:10 am
דורך סאשי פיש
דא האט איר די בילד פון די לעמאזין

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 12:07 am
דורך petergrifin
א נײע װיהוכעל (פרידיש) ערצײגט דורך א ראמענישער פירמע װאס קען פארן אין אלע אומשטענדען און איז אויסגעשטאט ספעציעל
מיט אסאך זאכן פאר רעסקיו רעספאנס


http://autos.yahoo.com/blogs/motoramic/ ... 15032.html

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:10 pm
דורך סאשי פיש
די נייע שעווי פיק אפ טראק

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:11 pm
דורך סאשי פיש
אן אינטערסאנטע עד

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 4:12 pm
דורך סאשי פיש
Jeep איז א מיוחס!

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 4:47 pm
דורך סאשי פיש
גוט.. !!