בלאט 1 פון 1

די קאפ ווי א פיש שווימט

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:00 am
דורך רויטע וואנצעס
די קאפ ווי א פיש שווימט,
געמישטע עסן טעמים ארויף קומט,
אנגעפאקט ווי א בהמה פון יער,
קוים געטראפן פארקינג פאר די קאר,
אריינגעפאלן ווי א גוי אין שול,
די ערקאנדישן איז פיין קיל,
זעצט זיך ביים עק,
מיט די טלית און די שמאטע בעג,
מחזורים און מוסר צעטלעך אסאך,
מ'זאל קענען בלייבן וואך,
די נאכט קוקט ביים פענסטער שפאלט,
תפלה זכה אוי וויי געוואלד!
די צייט איז שוין דא,
די כל נדרי שעה,
די בעל תפלה ברומט ווי א מלאך,
די פנים ווערט ווייס ווי קאלעך,
די מאגן הערט אויף מיט די טראבעל,
נישטא מער קיין טעם פון פיש און קנאבל,
אונז זעמער אלע לויטער אבינו מלכינו,
יעצט איז די צייט החזירנו,
כבן המתחטא מיט טרערן ריינע,
כי יש לנו אב אונז זעמער אלע דיינע,
נעם אונז טאטע אונטער דיין טלית,
פארגעס אבינו פון אלעס,
ווייל אונזער אהבה איז היינט מגולה,
ענטפער אונזער פאראייניגטע תפלה,
די ספר תורה א האלז און א קיש,
אונז זעמער מקבל דיין רצון פון פריש,
טובל אונזער זעהל אין די מקוה פון טרערן,
השיבנו אליך אונז טו מיר זיך צוריקקערן.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 1:53 am
דורך שמעקעדיג
געוואלדיג! הארציג און רירענד.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 8:04 am
דורך בן תמליון
הערליך יישר כוח. גמר חתימה טובה אלע און א גרינגן תענית.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 2:39 pm
דורך רויטע וואנצעס
ענינא דיומא. א גמר חתימה טובה!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 8:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ענינא דיומא. א גמר חתימה טובה!