בלאט 1 פון 1

איידיעס פאר מתנה פאר די ווייב

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 1:50 pm
דורך וויליאמסבורגער
ס'קומט סוכות, און פאר יעדע יו"ט מוטשע איך מיך וואספארא מתנה איך קען קויפן פאר מיין ווייב. רוב מאל קויף איך טאקע גארנישט אין די ענד. מיין איך אז ס'פאסיג אויסצושמועסן גוטע געדאנקען פאר מתנות.
איך האב שוין געקויפט פארשידענע דזשולערי זאכן, א קייטל, ברעיסלעט, פין, אויעררינגלעך וכו'.

רופסט אייך אן רבותי.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 3:01 pm
דורך חזקיהו המלך
- א דישוואשער

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 3:01 pm
דורך חזקיהו המלך
- א נייע בעקעשע פאר איר מאן

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 3:02 pm
דורך חזקיהו המלך
- ארויסהעלפען מיט די ערב יו"ט ציגרייטונגען

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 5:48 am
דורך עליע_ק
ס'דיר איינגעפאלען איהר צו פרעגען וואס ס'פאסט איהר א מתנה?