בלאט 1 פון 2
אסטראנאמישע סכומים אין יום הקדוש
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:19 am
דורך שעפטל
ביי אייך אין ביהמ"ד איז מפטיר יונה מסתמה געגאנגן פאר אפאר הונדערט דאלער צו גאר עטליכע טויזענט דאלער אבער אין געוויסע שוהל'ן איבער די וועלט איז דאס געגאנגן פאר גאר גרויס געלט.
אין די צענטראלע שוהל אין מאסקעווע, רוסלאנד, בנשיאות הרב פנחס גאלדשמידט, איז מפטיר יונה פארקויפט געווארן פאר צוואנציג מיליאן רוביל, וואס איז איבער זעקס הונדערט און צוועלעף טויזענט דאלער!!! די הכנסה גייט פאר די לאקאלע מוסדות, און ישיבה תורת חיים.
אין ביהמ"ד ד'מרכז וויזניץ בנשיאות האדמו"ר מהרמ"מ, איז מפטיר יונה געקויפט געווארן דורך הנגיד ר' חיים שטערן פון קווינס, פארן סכום פון אכט און צוואנציג טויזענט דאלער!!!
אינעם ביהמ"ד פון הרב עובדי' יוסף, -וואס ווערט מארגן 94 לאויוש"ט-, פארקויפט געווארן מפטיר יונה פאר 26,000 ש"ח, וואס איז בערך 7,000 דאלער!
ביים פוסק הדור דער בעל שבט הלוי שליט"א, איז הוצאה והכנסה פארקויפט געןוארן פאר 40,000 ש"ח וואס איז איבער 11,000 דאלער, און מפטיר יונה פאר 22,000 ש"ח וואס איז איבער 6 אלפים!
ביי הרב יהושע פינטאו פון אשדוד, וואס האט געדאווענט אין א האטעל אין ירושלים האט זיך די פתיחה פאר כל נדרי פארקויפט פאר איין מיליאן שקלים! וואס איז איבער 280,000 דאלער!!!!!!!!
ווער נאך האט צוצולייגן פאנטאסטישע סכומים ביי אנדערע?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:05 am
דורך קאווע טרינקער
ביי אונז איז מפטיר יונה פארקויפט געווארן פאר 1200 $.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:40 am
דורך קאמענטירער
איין זאך וואס ווערט נישט ארויס געשריבן איז: ווי לאנג יס האט גענומען די פארקויפען און דאס בין איך זייער נייגעריג ווייל מאכט אליין דאס חשבון אויב און מיין שול וואס די הויפט סכום איז געווען 150$ האט עס גענומען 10 מינוט קומט אויס אז זיבען טויזענט דאלער נעמט 3-4 שעה און ווער רעדט נאך ווען די וואלוטע איז אין שקלים
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:47 am
דורך הוגה
איך ווינדער מיך, היות מפטיר יונה איז א סגולה לעשירות/פרנסה, איז דא א חילוק צווישן דער וואס קויפט עס פאר פינף הונדערט און דער וואס קויפט עס פאר פינף מיליאן? די שאלה איז אויב דער וואס צאלט מער האט אנגעוואוירן די דיפערענס צוליב דעם וואס ער דאווענט אין א גרויסע שול.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:59 am
דורך מאטי
גארנישט אנגעוואוירן, דאס געלט גייט מילא פאר צדקה לצרכי רבים פארן שול. דער גאנצער פארקויפאכטס און ציאכטס איז א בדרך כבד'דיגער וועג צו שלעפן ווי מער געלט. כ'מיין אויב מ'מאכט א ביפאר ענד עפטער סערוועי פון מפטיר יונה קויפערס, וועלן די רעזאלטאטן נישט זיין אזוי פרענדלי.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:20 am
דורך לכבוד שבת קודש
עס קומט אויס אזוי:
אזוי ווי ביי ריעל-עסטעט, איז פאראן ערטער וואו זאכן קאסטן מער און פלעצער וואו זאכן קאסטן ווייניגר. עס קען זיין די זעלבע הויז, אין מאנהעטן וועט עס קאסטן עטליכע מעלוינען און אין א פארשטיפטע געגנט אין טעקסעס וועט עס זיין נישט מער פון כמה אלפים, ווייל אין מאנהעטן איז די ריעל-עסטעט הויך, אבער די זעלבע הויז אין טעקסאס איז גארנישט ווערד, וויבאלד די ריעל-עסטעט איז נידעריג.
מפטיר יונה שיינט מיר צו זיין פונקט די זעלבע. בשעת אין געוויסע בתי-מדרשים איז דאס א טייערע מעשה, איז דאס אין אנדערע פלעצער גאר ביליג. מסתמא איז די מפטיר יונה אין יענע בתי מדרשים נישט צופיל ווערד, בשעת אין מאסקעווע האט דאס א גרויסע וועליו.
ווער ווייסט?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:25 am
דורך [NAMELESS]
די פארקויפן מפטיר יונה פאר גרויס געלט איז די גרעסטע פינאנציעלע סטראטעגישע פעלער פון אונזערע קהלות, מיר גלייבן דאך אז עס איז א סגולה פאר עשירות, און אז מען פארקויפט עס באקומט דאך עס דער גרעסטער עושר וואס איז שוין סייווי רייך, און דער ארימאן איז בתר עניא אזל עניותא און ער האט נישט קיין געלעגנהייטן צו ווערן רייך, אזוי בלייבט די קהלה מיט דעם איין עושר, טוה פונקט פארקערט געב מפטיר יונה פארן גרעסטן קבצן, און איבער דאס יאר ווען די סגולה האט שוין געווירקט און ער איז א מיליאנער, טרעפט מען דעם נעקסטן שלימזל, און אזוי ווייטער ביז די שול איז א עיר שכולה עשירים..
וואס דען? דער גבאי אדער רב גלייבט נישט אין די סגולה און וויל קודם כאפן וודאי עשירות פאר די קהלה ווי איידער ספק עשירות פארן ציבור? איז דאך עס גניבת דעת....
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:56 am
דורך שעפטל
און אויף דעם זאגט מען שוין נאך פון די פריערדיגע, 'געלט קלעבט צו געלט'
(יא צו מיין סינגל קלעבט זיך אזוי נאך א סינגל)
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:13 am
דורך נהורא נפישא
דער גר"א שרייבט בביאורו על שו"ע אז ער האט קיינמאל נישט געזעהן דער מענטש וואס איז נתעשר געווארן צוליב סנדקאות.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:17 am
דורך הוגה
נהורא נפישא האט געשריבן:דער גר"א שרייבט בביאורו על שו"ע אז ער האט קיינמאל נישט געזעהן דער מענטש וואס איז נתעשר געווארן צוליב סנדקאות.
נאך א מזל אז ער האט עס געזאגט, ווייל ווען איך זאג דאס ווען וואלט מען מיר געסטעמפלט אלץ א כופר אדער אין בעסטע פאל א צינישע.
[tag]קופערניקוס[/tag], אולי ווייסן זיי אז די סגולה פועלט נאר פאר איין יאר, און אויב זיי וועלן עס געבן פאר א צווייטע וועט די ערשטע צוריק ווערן א קבצן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:18 am
דורך שעפטל
ווער בין איך זיך צו קריגן מיטן גר"א ז"ל? אבער איך זעה עפעס יא עשירות מיט סנדקאות, רוב רבי'ס וואס האבן אסאך סנדקאות זענען היפש אויף די רייכע זייט... קאן זיין מ'דארף האבן עטליכע אז ס'זאל העלפן..
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:22 am
דורך איחוד פעלד
נהורא נפישא האט געשריבן:דער גר"א שרייבט בביאורו על שו"ע אז ער האט קיינמאל נישט געזעהן דער מענטש וואס איז נתעשר געווארן צוליב סנדקאות.
נו, שטייט דאך אין דער גמרא לא ראינו אינו ראי'.
כ'האב געמיינט דער יעב"ץ שרייבט עס אין זיין סידור.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:36 am
דורך נהורא נפישא
איחוד פעלד האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:דער גר"א שרייבט בביאורו על שו"ע אז ער האט קיינמאל נישט געזעהן דער מענטש וואס איז נתעשר געווארן צוליב סנדקאות.
נו, שטייט דאך אין דער גמרא לא ראינו אינו ראיה.
אן עשירות וואס מזעהט נישט איז גרויסע צרות.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:40 am
דורך איחוד פעלד
א שמח בחלקו איז יענער אויך נישט געווארען?
א שטייגער די רבי'ס וואס האבען יעדען טאג סנדקאות, פייגערען פריש אויף נאך א סנדקאות מארגען, איז דאך מוכרח כדברי הגר"א אז עס ארבעט נישט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:42 am
דורך נהורא נפישא
שעפטל האט געשריבן:ווער בין איך זיך צו קריגן מיטן גר"א ז"ל? אבער איך זעה עפעס יא עשירות מיט סנדקאות, רוב רבי'ס וואס האבן אסאך סנדקאות זענען היפש אויף די רייכע זייט... קאן זיין מ'דארף האבן עטליכע אז ס'זאל העלפן..
ס'דערמאנט מיך פון איינעם וואס האט געזאגט אויף דעם וואס מ'זאגט אז טאנצען ביי קידוש לבנה איז א סגולה קעגן קאפוויי האט איינער אנגעמערקט יא אז מיט טיילענאל צוזאמען העלפט עס געווענליך.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 3:06 pm
דורך סאו וואט
ביי אונז איז מפטיר יונה געגאנגען צו 54 דוללער.
נו פרעג איך, ווירקט עס דער זעלבע ווי דער וואס האט עס געקויפט פאר דו אלפים?
אונטרן טרעין סטעישען האב איך באקומען מפטיר יונה בחנם.
כמדומה לי האט דער מפטיר יונה קיין שום מקור לעשירות. ס'איז אן אויסטרעף פון א געלונגענע רב,
אדער גבאי ביהמ"ד פון אמאל, דו רבנים און רעביס גלייבען ניטאמאל און דו אלע סארט סגולות.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 3:53 pm
דורך outspoken
.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 4:03 pm
דורך outspoken
סאו וואט האט געשריבן:כמדומה לי האט דער מפטיר יונה קיין שום מקור לעשירות. ס'איז אן אויסטרעף פון א געלונגענע רב,
אדער גבאי ביהמ"ד פון אמאל, דו רבנים און רעביס גלייבען ניטאמאל און דו אלע סארט סגולות.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 4:10 pm
דורך outspoken
.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 4:48 pm
דורך נהורא נפישא
נטעי גבריאל די מעשה'לעך קאנסטו פון אים אפקויפן ווען ס'קומט צו הלכה דארף מען אים איבערקוקען
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 7:39 pm
דורך משולם שטיינפעלד
מען קען קויפן אין סאו וואט'ס שוהל פאר פיר און פופציג דאללער, און עס פליפן ביי פינטאו און מאכן כמעט די גאנצע ריוח
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 8:51 pm
דורך סאו וואט
כ'מוז דו געבן קרעדיט אויטספאוקען, אז אויף אייוועלט ביים אשכול ווי איז דער מקור בידיעות התורה
האט איינער אן געפרעגט ווי איז דער מקור אז מפטיר יונה הוא מסוגל לעשירות, און קיינער האט זיך
נישט אנגערופן גלייך, נאר נאכדעים האט זיך איינער דערמאנט און נטעי גבריאל בשם חב"ד,
קוקט אויס ווי דער לומדים דא זענען סאך גרעסער..
א לייק פאר קאווא שטיבל
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:55 pm
דורך יין שרף
יש אומרים שזהו מה שמקובל שסנדקאות הוא סגולה לעשירת, זהו רק אם הוא עושה הכל לבדו, דהיינו הוא מביא את התינוק לביהמ"ד (קוואטיר) וגם מלין אותו על ברכיו, וגם מחזיק את התינוק בעת קריאת שמו, והוא יתן קצת מן היין לתוך פיו של הרך הנימול לאחר שנכנס לבריתו של א"א ע"ה, ואז יעזור השי"ת שיתקיים בו אורך ימים בימינו ובשמאלה עושר וכבוד.