בלאט 1 פון 1

אתרוגים מארקעט 13 עוו. לייוו!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 5:27 pm
דורך [NAMELESS]
מ'קען יעצט מיטהאלטען לייוו די אתרוגים מארקעט אויף 13 עוו. אין בארא פארק...
http://m.youtube.com/watch?v=9BddGoCHyAA

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 5:33 pm
דורך קאווע טרינקער
הא הא... כ'זעה [tag]קופערניקוס[/tag] רעדן מיט [tag]געפילטע פיש[/tag]'ס ווייב.
נישט געוואוסט זיי זענען קרובים.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 5:53 pm
דורך געפילטע פיש
בזיווג ראשון זענען זיי געווען ברודער און שוועסטער.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 5:54 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:הא הא... כ'זעה [tag]קופערניקוס[/tag] רעדן מיט [tag]געפילטע פיש[/tag]'ס ווייב.
נישט געוואוסט זיי זענען קרובים.



שאקס, איך האב געהאט א פילינג אז די יאר גייט סאקן....

פונקט האט א קאמערע געמוזט שיינען, פונקט האט קאווע געמוזט זעהן....

די מעשה איז אז איך בין א קרוב-רחוק פאר מיסיס געפילטע, א צרת אשת אח מן האב שלא במקום ייבום, איך האב שוין צו איר לאנג אזא עקיבא - אלישבע געפיל, מלא ספיקות. אבער וויסנדיג אז זי איז בחיקו של געפילטע איז די מנוי וגמור און איך קען פארשוועגערן ביז איבערמארגן און שפייען שיך.
היינט, גייענדיג אין גאס און איר זעענדיג מיט איר גרינע סוועטער און איידעלע נייע פאקעט בוך האב איך ענדליך גענומען די גאטץ און גערעדט צו איר כלומרשט איבער די אתרוג'ס פיטום..... ווען מיין פנים רויטעלט און מיין פיטום פיטומ'ט,
שאקס, אט דעמאלטס שיינט די קעמרע און, ווער? פונקט קאווע טרונקער איז מקייים מפרסמים עושי מצוה....

ווער ווייסט פון א גאר הויכע בילדינג ווי א שפרונג פארזיכערט א וועלט טויש?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 6:13 pm
דורך berlbalaguleh
קופער: א שפרינג פון א בילדינג פארזיכערט זיכער א וועלט טויש. די שאלה איז נאר וועלכע? בוט רעמעמבער דער איז נאו וועי בעק. כ'ווייס א מעשה פון א איד וואס האט געשפרינגען פון א בריק אין ים אריין. ווען ר'איז אנגעקומען אין טייך און געשפירט די קאלטע וואסער האט ער חרטה געהאט. אבער... סאיז שוין געווען צו שפעט. און נאכדעם האט ער זיך אויפגעוועקט און געשפירט די ווארעמקייט פון די דאכענע און געוואלט ווייטער שלאפן און חלומ'ען זיסע חלומות אבער דער וועקער זייגער האט געקלונגען. ס'איז שוין געווען 5:30 אינדערפריה. :lol:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 6:19 pm
דורך חכם באשי
קופערניקוס האט געשריבן:האב איך ענדליך גענומען די גאטץ און גערעדט צו איר כלומרשט איבער די אתרוג'ס פיטום..... ווען מיין פנים רויטעלט און מיין פיטום פיטומ'ט,

ווי?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 6:41 pm
דורך הוגה
[tag]קופערניקוס[/tag], אזא תגובה פארדינט זיך נאך א לייק. :like דיינע תגובות ברענגן געוואלדיגע השפעות טובות פאר די גאנצע וועלט, ווי באקאנט ווען צדיקים שמייכלן, לול'ן און לייקן ווערט אזא סארט חוט המשולש כילחחחח"ח.

אגב, ווער עס באמערקט מיר צוזאמען מיט מיין בחור'ל איינקויפן ד' מינים ערב סוכות זאל ביטע פאוסטען א בילד. ואין בזה משום גילוי כידוע דמדריגת סוכות למעלה מגילוי ואכמ"ל.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 6:47 pm
דורך געפילטע פיש
ראיתם זה בן פיטום שאבי אמו פיטם עגלים? מיט אזעלכע זיידעס וואס קען מען עקספעקטן? פונקט קעלבלעך...

מיין ווייב זאגט עפעס אז א מטורף איז איר נאכגעלאפן אין גאס פרעגן מבינות אויף עפעס א קוים זעהבארע פיטום, זי זאגט אז נעקסט טיים זאלסטו קומען באוואפענט מיט א "לאפ" ווי די יונגע עקסייטיד דיינים גייען, און וואס יעדע אתרוג סוחר האט נאר ווען געוויסע קאסטאמערס קומען אריין. אויך זאגט זי אז יענע קאליר איז נישט גרין, נאר עפעס א עורבוב פון ליים (וואסידאס? שליים?) מיט מינט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 7:27 pm
דורך [NAMELESS]
אה ברוך השם....
חכמת נשים בנתה ביתה, דא מטרוניתא דגעפילטתא, דהוה קא מצילתא ליה במילי גסאה.
תא חזי עובדא דהוי. בתר דמטיא עליה דקופרניקסא והוי מיחש ליה לרוגזיה דהאי גברא דילמא אייתי ומייתי לן, אמרה ליה לית פיטמא כהדין פיטמא סגיאה דילך, ופיטמיה זעירא דההוא גברא מאיס גבן. כד שמע שש בה ומחבקא לה.
כך אורחייהו דהנהו גברי דכיוון דמשבחא ליה בפיטמייהו משכחא להוא לכולהו מילי בישי דעבדה להון. כמה דאיתמר יחבק לה בעלה בגעפילטא דיליה.

מדרש קופרניקוס זוטא
וכן מובא במדרש גפילתא רבה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 7:32 pm
דורך קינות גירושין
לויט ווי איך פארשטיי פון די גשפרעך דא בעלאנגט די גאנצע זוהר אין אחורי

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:55 pm
דורך געפילטע פיש
קופערניקוס האט געשריבן:מדרש קופרניקוס זוטא

:like דער קופערניקוס האלט זיך קליין! פיטמה לחצאין כשרה... דאס איז איינער פון די סימני כשרות פון א איד.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:57 pm
דורך קאווע טרינקער
וואס איין ראיה אסורה פון קאווע טרינקער קען אנמאכן... א גאנצע סומאטאכע.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 10:29 am
דורך דולה ומשקה
אוי כ'האב געהאלטן חשבון וויפיל קליענטן גייען אריין צום פוטו געשעפט אזוי אויך צום דערנעבידיגע געשעפט, רבותי מ'ברויך זיי מער שטיצן...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 10:51 am
דורך רויטע וואנצעס
א 3:17:52 רעדל פון תוהו. נאך אמזל ס'דא פייפעריי צו געדענקן אז מ'לעבט נאך.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 11:50 am
דורך berlbalaguleh
קופערניקוס האט געשריבן:אה ברוך השם....
חכמת נשים בנתה ביתה, דא מטרוניתא דגעפילטתא, דהוה קא מצילתא ליה במילי גסאה.
תא חזי עובדא דהוי. בתר דמטיא עליה דקופרניקסא והוי מיחש ליה לרוגזיה דהאי גברא דילמא אייתי ומייתי לן, אמרה ליה לית פיטמא כהדין פיטמא סגיאה דילך, ופיטמיה זעירא דההוא גברא מאיס גבן. כד שמע שש בה ומחבקא לה.
כך אורחייהו דהנהו גברי דכיוון דמשבחא ליה בפיטמייהו משכחא להוא לכולהו מילי בישי דעבדה להון. כמה דאיתמר יחבק לה בעלה בגעפילטא דיליה.

מדרש קופרניקוס זוטא
וכן מובא במדרש גפילתא רבה

הרב קופער שליט"א: אונז עמי הארצים (הארצות) און בעלי עגלה ביי וועלכע דער לשון הזוה"ק איז נישט שגור בפיהם, קענען נישט קיין הנאה האבן פון דיינע מדרשים. זיי מוחל שרייב איבער דעם לשון המדרש אויף לשון הקודש, אזוי ווי הרב ראזנבערג ז"ל האט געטון, כדי אונז זאללן אויך א הנאה האבן.
נ.ב.: ס'מוז נישט זיין דוקא לשה"ק. אידיש אדער אונגאריש איז אויכעט גוט.