בלאט 1 פון 1
איבערזעצן פון ענגליש צו יידיש
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 5:29 pm
דורך סיד ההיכל
איך דארף איבערזעצן א דאקומענט פון ענגליש אויף יידיש. קאנפידענטשיעליטי איז גאר וויכטיק און אז איר קענט האבן א רעפרענס פון איינער פון די מנהלים וואלט גאר גוט געווען.
עס איז א פארמעלע דאקומענט און דער טייטש מיז זיין געאייגנט פארן היימישער עולם.
איך בין מוכן צו באצאלן און אפשר קען מען מיר זאגן ארום וויפיל דאס דארף קאסטן היות איך האב דאס נאך קיינמאל נישט געטון. דער דאקומענט האט בערך 1,500 ווערטער.
ייש"כ
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 5:34 pm
דורך קאווע טרינקער
שיק צו מיר אין אישי.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 6:49 pm
דורך טאמבל סאס
אז מ'רעדט שוין.
וויאזוי וואלט איר קענער, דאס איבערגעטייטשט אויף אידיש?
its most essential form
איך טראכט אפשר: אין זיין טיעפסטן מהות? אדער מעגליכסטן פארעם? פשוטס'טן פארעם?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 6:56 pm
דורך ממרום שלח אש
קיינס איינס פון די דריי איז נישט די באדייט.
פשוטסטע פארעם איז די נענסטע
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 7:04 pm
דורך חכם באשי
ניין.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 7:12 pm
דורך טאמבל סאס
קענסט צו מיר אויך אריינקומען. קוק ווי דער עולם הארג'ט זיך.
כ'מיין זאלסט יעדעם געבן איין בלאט.
די לעצטע קענסטו לאזן פאר'ן גאנצן עולם. פרעג יעדע וויילע, אזוי ווי איך האב געטאן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:12 am
דורך חכם באשי
וכבולעו כך פולטו. ומחה ד' דמעה וגו'.
איך זיך איינער זאת טושן פאר מיר פין אנגליש צו יודיש
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 7:29 pm
דורך צוונציג
איך וויל ארויסגעבאן א קונטרס איך האב די אלע אינפורמעישן אין אנגליש אין איך דארף עס טושן צו יודיש, ווער ווייסט פין א'גוטע אין ביליגע שרייבער
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:41 pm
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן:קענסט צו מיר אויך אריינקומען. קוק ווי דער עולם הארג'ט זיך.
כ'מיין זאלסט יעדעם געבן איין בלאט.
די לעצטע קענסטו לאזן פאר'ן גאנצן עולם. פרעג יעדע וויילע, אזוי ווי איך האב געטאן.
וואס האסטו איבערגעזעצט? "פלעיבאי" מעגעזין וכו'...אדער להב' א שטיקל ראשית חכמה אדער קב הישר...?