דאגה בלב איש ישיחנה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
באגאבא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 8:40 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

דאגה בלב איש ישיחנה

שליחה דורך באגאבא »

א גיט געבענטש יאר פאר אלע
איך ווויל מיר אויסשמיסען מיט א זאך וואס טיט מיר שוין זייער לאנג וויי, איך וויל נאר בעטען מחילה פינעם עולם דא אויף מיין שרייבעם אזוי איך בין ניי און מיין שרייבן איז נישט דע בעסטע, איך האף נאר אז במשך דע צייט וועל איך מער אויסארבערטן מיין שריפט
דע מעשה איז אזוי ב"ה דע אייבישטער האט מיר געהאלפען איך האב גיט חתונה געהאט מיט קינדערליך קע"ה אז ב"ה איך קען מיר נישט אפרעדען,
איין זאך ווואס איך האב א פראבליעם דאס איז ריפט זיך פרנסה נישט אז איך האב נישט נאר איך ענדיגט זייער שווער דיעם חודש. איך ענדיגט יעדע חודש ממש צים פעני געלויבט דיעם פין אויבן אז מיין ווייב תחי, קאפארירט מיט מיר אזוי קען איך עס אדורך שטיפען. אזוי גייט עס אן מדי חודש בחדשו ווען עס קימט א יו"ט סיזען ווערט ממש קריעת ים סוף ווערט נאך אזא יאר ווי דע יאר וואס עס געקימען ציזאמען מיטן צירוק שיקען דע קינדער און סקול וואס יעדער ווייסט ווי דע מוסדות רעכען זיך כמעט נישט מיטן מצב און קיין וואטשער קען איך נישט באקימען קימט אויס אז אזא צייט בין איך ממש דערשטיקט אבער איך רעד מיר נישט איך דאנק דיעם פין אויבן ב"ה דע קינדער דע ווייב זענען געזינט
מיין פראבליעם איז איז יעצט אזוי. איך געהער צי א שטיקעל חבורה צי ווי מען ריפט עס א גראפ פין 4-5 אינגעלייט וואס גייט שוין פין די דע יארן און ישיבה ב"ה אינז האלטען זיך זייער נאנט אזוי ווייט אז אינזערע ווייבער זענען געווראן פרענדס איינער מיטן צווייטען וועגען אינז, איין זאך זייער מצב הפרנסה זיעט אויס בעסער ווי מיינער -עכ"פ אזוי מאכן זיי דיעם אנשטעל- און לכבוד דיעם שפיר איך מיר א צווייטע קלאס כלפי זיי, זיי פארן כסדר מער אוויקעישען ציזאמען צי אויף מירון וכדו, למשל יעצט סיכות מאכט יעדע יאר א צווייטער א שמחה בית שאובה . היי יאר האבן זיי מיר עס געבעטן צי מאכן אזא שפיל קאסט מיר אפ צווישען 300 אין 400 דאלער אזאך וואס נישט כהיום
איך האב זיי למעשה אפגעזאגט מיט א באקבע תירוץ אז מיין ווייב שפירט זיך נישט גיט, אבער למעשה טיף אין הארץ עסט עס מיר אויף איך פיל מיר ממש ווי א דורך פאל קעגען זיי איך טריי מיר צי מחזק זיין אבער עס גייט נישט
איך האב מיר מישב געווען דאגה בלב איש ישיחנה איך וועל איך אויס רעדען מיין הארץ דא פשוט מיר לייכטער צי מאכן

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר