בלאט 1 פון 1
סכך אין האום דיפאו
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:02 pm
דורך shefele
איך וויל נישט אריינגיין בכלליות אין די נושא, אויב די סכך אינדוסטרי איז א ערליכע אדער נישט. אדער צי עס איז איבערגעפרייזט צי נישט.
(מיין פערזענליכע מיינונג איז אז עס איז דא גענוג קאמפעטישאן)
אבער לתועלת הרבים, ברענג איך דא א אימעיל וואס איז ארויסגעשיקט פין די CRC פין שיקאגו (נישט התאחדות)
http://www.crcweb.org/alerts.phpיא, עס איז אומגלויבלעך ווי לייכט עס איז היינט צי זיין א איד א שתו"מ.
שוין אפגערעדט פין די עוועילעביליטי פין כשר'ע עסען (וואס די קאמפאני'ס באצאלן דערפאר), די אמעריקאנער לעיבאר אין אנטי-דיסקרימינעיאן געזעצן. ועוד.
נאר ווער האט זיך דאס פארגעשטעלט? מען קען אריינגיין אין יעדע האום דיפאו אין אלע 50 סטעיטס אין קויפן א רעדי-מעיד שעלף-אייטעם וואס איז כשר לסכך!!!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:06 pm
דורך [NAMELESS]
WOW!
דא איז די לינק צו האום דיפאו
http://www.homedepot.com/p/HOST-6-ft-W- ... jdWWsakpqVא ראול פון 16 ביי 6 פיס:
$24.47 / roll
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:38 pm
דורך גאלד
ביי די וויליאמסבורגע האום דיפאו אויף נאסטרענד עוו. האט מען היינט אויפגעהאנגען א גרויסע סיין:
"to all our jewish clients: we apologize, we no longer carry the thing to connect the thing"
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:48 pm
דורך outspoken
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:50 pm
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:ביי די וויליאמסבורגע האום דיפאו אויף נאסטרענד עוו. האט מען היינט אויפגעהאנגען א גרויסע סיין:
"to all our jewish clients: we apologize, we no longer carry the thing to connect the thing"
א זשאוק. אמת??
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 4:27 pm
דורך חכם באשי
איך האב עס באשטעלט ביים העמילטאן עוועניו האום דיפאט. זיי האבן נאך ניינציג אין סטאק. ביי די בעד-סטיי האום דיפאט אויף בעדפארד האבן זיי 177 שטיק.
ווייסט איינער וויפיהל איך שפאר מיך? עס איז 6X16 און קאסט 25 דאללער + אביסל ארבעט פון עס אויפ-פיקן.
#אאידצוזייןאיזטייער
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 4:29 pm
דורך [NAMELESS]
אזא שטיקעל סכך פון קיינעס וואלט דיך געקאסט א גוטע 100 דאללער
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 4:50 pm
דורך רויטע וואנצעס
גאלד האט געשריבן:ביי די וויליאמסבורגע האום דיפאו אויף נאסטרענד עוו. האט מען היינט אויפגעהאנגען א גרויסע סיין:
"to all our jewish clients: we apologize, we no longer carry the thing to connect the thing"
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 4:55 pm
דורך משולם שטיינפעלד
סאטמאר פלייש איז אויך טייערער ווי או יו פלייש
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:03 pm
דורך [NAMELESS]
ביי פלייש איז מסתמה דא חומרות וואס סאטמאר פלייש טוט. אבער דא איז מסתמה ביידע פינקט אזוי כשר.
[tag]חכם באשי[/tag]/ קיק דא פרייזן
http://sukkahoutlet.com/category/schach-types/
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:06 pm
דורך outspoken
.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:13 pm
דורך חכם באשי
שוין, דארפ'מיר זעהן וואס בד"ץ בית יוסף זאגט דערצו.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:15 pm
דורך מאטי
ס'האט אייזן/דראטן וואס האלט עס צוזאם איז דאס כשר?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:17 pm
דורך משולם שטיינפעלד
ווען ביידע זענען פונקט אזוי כשר, וואלט שוין איינער געקויפט אין האום דיפאו, פאר ביליג, געצאלט פאר א רב המכשיר, ארויפגעלייגט א סטיקער מיטן הכשר, און וואלט עס פארקויפט פאר נאך מער....
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 11:12 pm
דורך park ave
i will not open a new
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 2:00 am
דורך משה געציל
10-4
אם קבלה הוא נקבלה בלי הבנה.