בלאט 1 פון 1

מאדנע קלייניגקייטן וואס קאסט א שמייכל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:58 pm
דורך שמעקעדיג
אסאך מאל טרעף איך זיך אן מיט מאדנע זאכן וואס כאפט מיין אויג, קאסט א שמייכל, און איך וויל עס מיטטיילן פאר אונזערע חברים,
אבער נישט אלץ לוינט זיך צו עפענען א באזונדערע אשכול דערויף. זאל דער אשכול דינען פאר אזא מאסף לכל המחנות, תגובות פון דעם סארט.

איך האב געטראפן א מציאה ביי עמעזאן.
וואס איז פשט דערפון? פארוואס זאל איינער וועלן קויפן אזוינס?

http://www.amazon.com/The-Official-Bull ... roduct_top
.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 4:03 pm
דורך חכם באשי
Easy.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 4:03 pm
דורך outspoken
טריי עס אויס אין א פולע אפיס, וועסטו שוין פארשטין...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 4:06 pm
דורך שמעקעדיג
חכם באשי האט געשריבן:ס'איז א שפיל אויף Staples קנעפל וואס לויטעט Easy.

That was easy

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 10:28 am
דורך שמעקעדיג
דא האב איך זיך שוין ווידעראמאל אנגעטראפן מיט א מאדנע אייטעם אויף עמעזאן...
לעצטנס איז שוין דא אזויפיל סארטן טעיפ דיספענסערס, שיך, מיט דאגי'ס, און נאך. אבער אזא מאדנע דיספענסער האב איך נאך נישט באגעגנט!

http://www.amazon.com/The-Butt-Station- ... roduct_top

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 10:33 am
דורך שמעקעדיג
און וועלכער חזיר וויל טרינקען פון אזא גלאז?
(סארי אויב איינער פארעקלט זיך)

http://www.amazon.com/Big-Mouth-Toys-To ... roduct_top
.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 10:36 am
דורך שמעקעדיג
דא קענט איר קויפן א זאלץ און פעפער האלטער :lol: :lol: .

http://www.amazon.com/Big-Mouth-Toys-To ... roduct_top
.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 11:52 am
דורך רויטע וואנצעס
שמעקעדיג האט געשריבן:און וועלכער חזיר וויל טרינקען פון אזא גלאז?
(סארי אויב איינער פארעקלט זיך)

http://www.amazon.com/Big-Mouth-Toys-To ... roduct_top
.



א געוואלדיגע איידיע וואס צו קויפן פארן באס לכבוד זיין בורטהדעי.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 12:33 am
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:38 pm
דורך שמעקעדיג
עמעזאן האט א אויטאמאטישע פיטשער אויף געוויסע פראדוקטן, ווען מען קויפט א גרעסערע קוואנטיטעט, רעכנט ער דיר אויס וויפיל עס וועט קאסטן פער שטיקל, אדער פער אונץ, א.א.וו.

דא האט איר 2 דוגמאות, איינס פאר גלאז קלינער, די צווייטע פאר גארבעדזש בעגס (איך האב צוגעצייכענט מיט א עראו ווי עס ווערט צוטיילט).

Amazon Windex.jpg
Amazon Windex.jpg (73.9 KiB) געזען געווארן 2691 מאל

Amazon Trash.jpg
Amazon Trash.jpg (101.47 KiB) געזען געווארן 2691 מאל


טשעקנדיג לעצטענס איבער א סקעיל, האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן אז דא איז געשעהן א מאדנע זאך. דער סקעיל (וואג) קען אפוועגן ביז 440 פונט, און בטעות רעכנט ער אויס וויפיל דער פרייז איז פער אונץ...
עס האט מיר געקאסט א גוטן לאך........

Amazon Scale.jpg
Amazon Scale.jpg (55.72 KiB) געזען געווארן 2691 מאל

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 1:14 pm
דורך געפילטע פיש
זייער פאני, אבער די חשבון שטימט נישט. 440 פונט, טיימס 16 אונצעס איז 7040. סאו א זאך וואס קאסט 36.95 צוטיילט ביי 7040 איז 0.0052485795454545, גאר ווייט פון 0.29. וואס מאכט מער סענס איז אז די סקעיל וועגט 6.9 פונט, און עמעזאן האט צוטיילט די 36.95 ביי זיבן פונט, צוטיילט ביי 16 אונסעס, קומט אויס בערך 32 צענט. וויאזוי זייער חשבון קומט צו 29 צענט איז מסתמא זייער אלגאריטם וואס לייגט צו וואג פאר די פעקעדזשינג, וכדו'.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:46 pm
דורך שמעקעדיג
אז מען רעדט שוין פון לאכעדגע זאכן ביי עמעזאן, נאט אייך

www.pcmag.com/slideshow/story/320810/li ... ct-reviews

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 5:43 pm
דורך שמעקעדיג
אזעלכע נאוט פעדס.....
(פאראן א שיינעם אויסוואל, עטליכע איז בייגעלייגט)

http://www.amazon.com/Knock-Nifty-Note- ... 1601063385

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 8:26 pm
דורך יואב
נאכן שמייכלען בשעת'ן לעזן די אלע נאטן איז דאס אויספלאץ געקומען ביי דער אפציע פון: Thank me now; thank me later.

Re: מאדנע קלייניגקייטן וואס קאסט א שמייכל

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 1:29 pm
דורך ונבנתה העיר
עס איז אן ערנסטע שאלה פון א דבר שלא בא לעולם...

בילד

אינטרעסאנטע אייטמס

נשלח: מיטוואך מערץ 16, 2016 3:42 pm
דורך געוואלדיג
זעה איך אז עס איז נאכנישט דא קיין אשכול אויף מאדנע און אינטרעסאנטע המצאות וואס מענטשן פארקויפן ווי למשל די פיש טאנק טוילעט פלאשער

וכל המוסיף מוסיף