בלאט 1 פון 7
ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:36 pm
דורך קרעמער1
דער גאנצער היימישער אונטערנעט וועלט איז אויף מיטן פרישן ארטיקל איבער די באקאנטע ליבי פאללאק וואו זי גיבט איבער פרישע אינפאו איבער איר פארגאנגענהייט
http://hasidicnews.com/hn/?p=428איך האב עס נאכנישט דורכגעליינט ממילא קען איך נאכנישט קאמענטירן
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:41 pm
דורך שמואל הלוי
אין קורצן אין אידיש קען איינער איבערטייטשן ביטע?
עפעס זעה איך ווערט דארט דערמאנט קאווע שטיבל, וואס שרייבט זי וועגן אונז?
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:42 pm
דורך לעמיל
ווער איז זי? וואס ויל זי?
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:47 pm
דורך צוויבל מיט איי
ס׳איז איום ונורא וואס זי האט מיטגעמאכט פונעם ״סיסטעם״. אונז מעגן זיך אלע שעמען וואס אונזער קרייז טוהט מיט ציבראכענע נשמות ואין פוצה פה.
A society is judged by how it treats it's most vulnerable and helpless.
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:47 pm
דורך אברעמעל
שמואל מ'רעדט פון א צווייטע קאווע שטיבל.
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:57 pm
דורך קרעמער1
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:13 pm
דורך שלמה_דיין
בושות וחרפות וואס א פרוי ביי אונז קען מיטמאכן. און בושות וחרפות אז די גרעסטע פראבלעם וואס מיר האבן דערמיט איז די בושות וחרפות און נישט דאס ווייטאג פונעם באטראפענעם!
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:21 pm
דורך קרעמער1
איר פערזענליכע ווייטאג טוט מיר מער פערזענליך בארירן ווי די בושות און חרפות וואס זיי מאכן איינעם אן
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:30 pm
דורך זר זהב
זי שרייבט אויף איר פעיסבוק:
גאט איז מורא'דיג צוטראגן וועגן די איסור אויף שטערן און שפאקטיוו. ער פלעגט ליינען יעדע אויסגאבע פון דעקל צו דעקל, און יעצט לאזן אים נישט די רבנים..
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:31 pm
דורך chasid
אינם וויקי לינק וואס דו ברענגסט, לינקן זיי ביי קאווע שטיבל צו אונזער קאווע שטיבל..
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:38 pm
דורך אורח
א קשיא אויף א בפירש'ע וויקי
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:03 pm
דורך ידען
גדעון זאגט אין אנדערע אשכול אז זי איז א כופר.
מיר זעט אויס אז אליינס איז זי נאר ביזי מיט א גוטע זשאק און האט ליב צו לאכן אביר האט נישט אזוי פיינט דעם באשעפער.
אפשר זעט אויס אזוי ווייל אירע חברים און חברתת זענען כופרים?
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:04 pm
דורך שמואל הלוי
זי גייט אנגעטון ווי א... דאס איז אויך נאר א דזשויק?
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:07 pm
דורך ידען
מע ווערט נישט א כופר פון גיין אזוי אנגעטוהן
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:28 pm
דורך chasid
ידען האט געשריבן:מע ווערט נישט א כופר פון גיין אזוי אנגעטוהן
נאר א צדיק נסתר, אמת??
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:33 pm
דורך ידען
chasid האט געשריבן:ידען האט געשריבן:מע ווערט נישט א כופר פון גיין אזוי אנגעטוהן
נאר א צדיק נסתר, אמת??
Chasid
דו ביסט נישט איננער וואס זינדיגט, אבער סע דא וואס יא, סא ווערן זיי כופרים?
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:37 pm
דורך chasid
ניין אבער דעס צוזאמען מיט די גאנצע ליצנות אויף פעיסבוק ווייזט איר צידקות
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:42 pm
דורך שמעקעדיג
איין זאך חברה,
לאמיר נישט גיין מיטן קאפ אין וואנט, נאר זיך ארויסלערנען א מוסר השכל פון די אלע מעשיות וועלכע שווימען ארויס ווי שוואמען נאכן רעגן.
לאמיר זיך ארויסלערנען פון די אלע מעשיות וואס די ריכטיגע סיבה איז וואס ברענגט צו אזויפיל אפגעפארענע און ארויסגעפאלענע, ה"י. ס'איז נישט דער שטערן אדער שפאקטיוו, נישט א פרעס-טראק, און נישט די עירוב!
עס פעלט ליבשאפט, עס פעלט א סיפוק און שמחה בתורה און אין יודישקייט, מען פארפעלט ארויסצוברענגען דעם גליק און פריוויליגיע אשר בחר בנו מכל העמים, אז מיר זענען אן עם סגולה, אנשטאט באקומט דאס קינד פרעשור, שטרענגע בליקן אויף יעדע קשיא וואס די עלטערן טרעפן נישט קיין תירוץ דערויף.
קינדער וואס באקומען גענוג אהבה און סיפוק און "עקסעפטענס" אין זייער לעבן, אפילו עס וועט זיי באטרעפן א שלעכטער חבר אדער אנדערע בייזע רוחות ח"ו, וועלן זיך סוף כל סוף צוריקקערן, נאכן איינזעהן דעם געשמאקלאזן לעבן ביי די פרייע.
לאמיר זיך לערנען אויף יענעמ'ס בארד, ווילאנג עס איז נישט צו שפעט ח"ו.
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:47 pm
דורך שמואל הלוי
יעדער איז ביזי מיטן טוישן די סיסטעם, טוישן די סיסטעם, מ'פאלט ארויס... כאילו ס'איז עפעס א נייע זאך אז מ'פאלט ארויס פונעם סיסטעם.
ס'האט ביי כלל ישראל קיינמאל נישט געפעלט קיין פושעים און טאקע פון די שענסטע און בעסטע משפחות, מהרסיך ומחרביך ממך יצאו...
נאר וואס'זשע דען?
יעדער ברויך בעטן און בעטן און בעטן ביים בוכ"ע מיט אמת'ע הייסע טרערן און טוהן כל ערליי השתדלות אז ביי אים זאל עס חלילה נישט פאסירן, זיינע קינדער זאלן יא בלייבן ערליכע אפגעהיטענע אידן.
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:52 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
שמעקעדיג האט געשריבן:איין זאך חברה,
לאמיר נישט גיין מיטן קאפ אין וואנט, נאר זיך ארויסלערנען א מוסר השכל פון די אלע מעשיות וועלכע שווימען ארויס ווי שוואמען נאכן רעגן.
לאמיר זיך ארויסלערנען פון די אלע מעשיות וואס די ריכטיגע סיבה איז וואס ברענגט צו אזויפיל אפגעפארענע און ארויסגעפאלענע, ה"י. ס'איז נישט דער שטערן אדער שפאקטיוו, נישט א פרעס-טראק, און נישט די עירוב!
עס פעלט ליבשאפט, עס פעלט א סיפוק און שמחה בתורה און אין יודישקייט, מען פארפעלט ארויסצוברענגען דעם גליק און פריוויליגיע אשר בחר בנו מכל העמים, אז מיר זענען אן עם סגולה, אנשטאט באקומט דאס קינד פרעשור, שטרענגע בליקן אויף יעדע קשיא וואס די עלטערן טרעפן נישט קיין תירוץ דערויף.
קינדער וואס באקומען גענוג אהבה און סיפוק און "עקסעפטענס" אין זייער לעבן, אפילו עס וועט זיי באטרעפן א שלעכטער חבר אדער אנדערע בייזע רוחות ח"ו, וועלן זיך סוף כל סוף צוריקקערן, נאכן איינזעהן דעם געשמאקלאזן לעבן ביי די פרייע.
לאמיר זיך לערנען אויף יענעמ'ס בארד, ווילאנג עס איז נישט צו שפעט ח"ו.
צום באדויערן איז אונזער געזעלשאפט אויסגעשטעלט אזוי אז די וואס וואס מאכן החלטות, די וואס זענען בכוח צו מאכן שינויים, זענען אין בעסטן פאל שרעקליך נאאיוו און אפגעריסן פונעם מציאות. די דערפארונג פונעם עבר ווייזט אז ווען מען וועקט זיך שוין אויף, קומט עס ווען עולם המון עם האלט שוין 5 טריט ווייטער ווי די תיקונים.
כ'האב זייער מורא אז ווען די וואס דארפן וויסן וועלן זיך אויפכאפן, וועט שוין נישט בלייבן וועמען און וואס מתקן צו זיין.
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:53 pm
דורך John Doe
שמואל הלוי האט געשריבן:זי גייט אנגעטון ווי א... דאס איז אויך נאר א דזשויק?
chasid האט געשריבן:ניין אבער דעס צוזאמען מיט די גאנצע ליצנות אויף פעיסבוק ווייזט איר צידקות
ווי קומט דא אריין איר צדקות? וואס ווילסטו זאגן, אז מ׳האט איר געפייניגט למפרע?
מ׳רעדט דא פון א יודיש קינד וואס האט מיטגעמאכט שבעה מדורי גיהינום און איר זענט פארנומען מעסטן איר קליידל?! Shame on you!
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:56 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
גארנישט איז א דזשאוק. זי פרעדיגט דען כפירה? זי זוכט אפצופירן דעם עולם פון וועג? לאז איר און אלע אנדערע מענטשן וועמען מיר זענען ביי דיפאלט אויסגעשטעלט צו דזשאדזשן במנוחה נכונה.
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 5:24 pm
דורך שמעקעדיג
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:צום באדויערן איז אונזער געזעלשאפט אויסגעשטעלט אזוי אז די וואס וואס מאכן החלטות, די וואס זענען בכוח צו מאכן שינויים, זענען אין בעסטן פאל שרעקליך נאאיוו און אפגעריסן פונעם מציאות. די דערפארונג פונעם עבר ווייזט אז ווען מען וועקט זיך שוין אויף, קומט עס ווען עולם המון עם האלט שוין 5 טריט ווייטער ווי די תיקונים.
כ'האב זייער מורא אז ווען די וואס דארפן וויסן וועלן זיך אויפכאפן, וועט שוין נישט בלייבן וועמען און וואס מתקן צו זיין.
אוי זאגסטו גוט. ווען די אלע "החלטות מאכער" זאלן נישט שרייען לייען מאטעריאל אדער אינטערנעט, נאר זיך אליין ארויזעצן אויפן אינטערנעט און אדורכלייענען מכלי ראשון די אלע וועבסייטס פון די אפגעפארענע און הערן מפה קדשם וואס זיי האבן צו זאגן, וואלט מען גאר אנדערש אויסגעזעהן.
פני הדור כפני הכלב.