בלאט 1 פון 1

אַ סוכּהלע אַ קליינע

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 1:55 pm
דורך סיד ההיכל
איך זע די ליריקס געפונען זיך נישט דא ממילא בכדי לזכות את הרבים... א גוט יום טוב.

אַ סוכּהלע אַ קלײנע,
פֿון ברעטעלעך געמײנע,
האָב איך קױם מיט צרות געמאַכט;
געדעקט דעם דאַך
מיט אַ ביסעלע סכך,
און כ'זיץ אין איר סוכּות בײַ נאַכט.

א װינט אַ קאַלטן,
בלאָזט דורך די שפּאַלטן,
מײַן ליכטעלע לעשן זיך װיל;
דאָך מאַך איך מיר קידוש,
און זע נאָר א חידוש!
מײַן ליכטל ברענט רואיִג און שטיל

מיט א בלאַסן געזיכט
דאָס ערשטע געריכט
ברענגט מיר מײַן טאָכטערל אַרײַן;
זי שטעלט זיך אַװעק
און זאָגט מיר מיט שרעק:
טאַטע! די סוכה פאַלט אײַן!

עט, זײַ נישט קײן נאַר
און האָב נישט קײן צער,
עס זאָל דיר דער װינט נישט טאָן באַנג:
נישט זעלטן זײ קומען,
די װינטן, און ברומען
דאָך שטײט אונדזער סוכּה שױן לאַנג

עס איז שוין גאָר
באַלד צווײ טויזנט יאָר
און די סוכּהלע שטײט נאָך גאַנץ לאַנג

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 2:49 pm
דורך שמעקעדיג
בילד

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:01 am
דורך שליח
פאר ווער ס'ווייסט נישט, דער מחבר איז דער יידישיסטישער דיכטער און שרייבער אברהם רייזען. רוב פון זיינע לידער זענען אזעלכע שטילע טרויעריגע ליריקס, איינס פון די מערסט באקאנטע איז "מאי קא משמע לן דער רעגן".

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:46 pm
דורך נהורא נפישא
כ'האב שוין געזעהן דאס פון יאהרן אז דער פארפאסער פון דעם ליד איז א געוויסער אברהם רייזין זינט דאן האב איך שטארק הנאה באקומען צו צוזעהן ווי געוויסע חסידישע פאמיליעס זינגען דאס מיט א ברען אינאיינעם מיט די קינדער אווי ס'וואלט געווען דעם בארדוטשיווערס.