בלאט 1 פון 5
גאון הדור רבי עובדיה יוסף שליט"א אין קריטישן צושטאנד
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 12:48 pm
דורך [NAMELESS]
באריכטען געבן איבער אז דער מצב פון דעם גרויסן ספרדישן גאון איז זייער שווער. ער איז די נאכט אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, און דער מצב וואקעלט זיך.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 12:59 pm
דורך [NAMELESS]
הרב יוסף איז דער גרעסטער גאון -אין עטליכע הניזיכטן- וואס כלל ישראל האט געהאט אין הונדערטער יארן. און ללא חולק דער גרעסטער מנהיג ישראל מעגליך מזמן הנשיאים או הרמב"ם.
עס איז צייט אז די שועלים קטנים וואס האבן צוליב א געמיש פון ראסיזם און קינדישע קנאות מזלזל געווען ברום ערכו אן אים אפילו שענקען דעם ר' טיטול וואס זיי געבן פאר יאנקי איצקאוויטש און יאסי בראך, זאלן בעטן מחילה וכפרה.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:05 pm
דורך קאווע טרינקער
קופערניקוס האט געשריבן:ללא חולק דער גרעסטער מנהיג ישראל מעגליך מזמן הנשיאים או הרמב"ם.
ויש חולקים.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:12 pm
דורך [NAMELESS]
דהיינו?
ווער האט געהאט מער נאכפאלגער-השפעה?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:13 pm
דורך קאווע טרינקער
770
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:15 pm
דורך משה געציל
קאווע טרינקער האט געשריבן:770
אה, איך האב געמיינט אז דו רעדסט פון 550
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:30 pm
דורך חכם באשי
הרבו תחינה ובקשה לקיים בנו חכמי ישראל! עובדיה יוסף בן ג'ור'גיה.
http://news.walla.co.il/?w=/90/2679781
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:31 pm
דורך חכם באשי
זיין יונגערע ברודער, נעים עובדיה, וועלכע האט זיך כסדר געלאזט איניערוויוען און דערציילט זיסע געשיכטעלעך פון די שנות נעורים פון רבי עובדיה, איז נפטר געווארן דעם ערשטן טאג יום טוב, דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:53 pm
דורך נהורא נפישא
ס'איז רבים צריכים לו, זיין בקיאות איז מבהיל, באקאנט מיט זיין כחא דהיתרא ללא חת ומורא, זיין זון לדוגמא וואס איז איצט אויפגענומען אלטץ רב הראשי האט שוין נישט דער ביצים.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 5:03 pm
דורך הדד בן בדד
איך וויל דא רעאגירן איבער הרב עובדי' יוסף, עס איז אמת אז אין קענטעניס איז ער לכאורה דער גרעסטער, און אפילו זיין כחא דהיתרא מאך איך נישט אוועק, כאטש אנדערע טענה'ן אז עס גרעניצט זיך שוין מיט קלות הדעת, אבער זיין גרויס מויל איז גארנישט עפעס א זאך פון וואס נתפעל צו ווערן, צו רעדן מיט א ביליגקייט איבער גאוני קמאי איז נישט קיין שום גדלות.
והשנית, מען רעדט אזוי גרויס איבער זיין גרויסן מנהיגות. לדעתי איז דער ליובאוויטשער רבי אדער אפילו הרב שך געווען פיל פיל גרעסער פון אים. מען דארף געדענקען אז הרב עובדי' איז געווארן גרויס בעיקר דורך די מדינת ישראל רעגירונג, דורכן ווערן רב הראשי און שפעטער דורך דעם שס פארטיי, וועלכע האט אים גאר שטארק אויפגעבויעט, אבער ער אליינס האט קיינמאל נישט אויפגעשטעלט קיין קהילה און ישיבה און געשאפט געלט דערפאר און אויפגעבויעט תלמידים אויף דעם אופן. זיין גדלות איז געקומען פון האבן גוטע קאנעקשאנס מיט די ריכטיגע מענטשן.
און זיין זוהן דער היינטיגער רב הראשי האט שוין נישט קיין איינס פון זיינע מעלות חוץ דאס לויזע צונג.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 5:06 pm
דורך [NAMELESS]
ביטע זיך האלטען דא צו די נייעס איבער דעם גאון'ס געזונט צושטאנד.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 5:11 pm
דורך הדד בן בדד
лпم iοوԴ האט געשריבן:ביטע זיך האלטען דא צו די נייעס איבער דעם גאון'ס געזונט צושטאנד.
גערעכט, נו זאל ער האבן א רפואה שלימה בתושח"י עס איז טאקע רבים צריכים לו
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 5:22 pm
דורך נהורא נפישא
הדד בן בדד האט געשריבן:איך וויל דא רעאגירן איבער הרב עובדי' יוסף, עס איז אמת אז אין קענטעניס איז ער לכאורה דער גרעסטער, און אפילו זיין כחא דהיתרא מאך איך נישט אוועק, כאטש אנדערע טענה'ן אז עס גרעניצט זיך שוין מיט קלות הדעת, אבער זיין גרויס מויל איז גארנישט עפעס א זאך פון וואס נתפעל צו ווערן, צו רעדן מיט א ביליגקייט איבער גאוני קמאי איז נישט קיין שום גדלות.
.
דאס אז ער האט א לויזע צונג ס'איז אמת נאך אלעם איז ער נישט קיין ספעציעלער חכם אבער דאס אז ער זאל האבן גערעדט אויף גדולי קדמאי און א געוויסען זין יא האט ער טאקע דעם פרענקישן פרי חדש סטייל שארפקייט אבער למעשה איז עס שטארק אויפגעבלאזן דורך זיינע קעגנער נעמענדיג און באטראכט אז לעומת זה ברענגט ער אראפ די מיינונגען פון פארשידענע גדולים פונעם מונקאטשער ביזן טשימפער רב אזש צום סאטמאר רב מיטן גרעסטען מאס רעספעקט אזאנס וואס דו וועסט נישט טרעפן ביי אינזערע אשכנזישע פוסקי הדור.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 5:41 pm
דורך דעת תורה
מה שאין כן הרב שך? איז נישט געווארן גרויס דורך די דגל התורה פארטיי (אדער אגודה בעפאר)? רבי עובדיה האט סאך מער יחוס עצמו ווי סיי וועלכער היינטיגער מנהיג.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 6:03 pm
דורך חכם באשי
הדד,
מדינת ישראל האט איהם גרויס געמאכט?
ער האט ארויסגעגעבן זיין ערשטע חיבור בשנת תרצ"ז. לפני קום המדינה.
ער איז געווארן הויפט רב פון מצרים ביי די 25. לפני קום המדינה.
ער האט מכתת רגלו געוועהן צו געבן שיעורי תורה פאר פשוטי עם נאך פון אלס בחור, ספעציעל ביי די בוכרים. דאס האט איהם פאפולער געמאכט ביי די מאסן. לפני קום המדינה.
אסאך רבנים ראשיים זענען געוועהן, אבער ר' עובדיה איז באקאנט געווארן צוליב זיין אינטערנעמונג מתיר צו זיין אלע עגונות פון די יוה"כ מלחמה, גארנישט קיין קלייניגקייט. האט נישט קיין שייכות מיט די מדינה.
ער האט זיך באקאנט געמאכט ווייל ער האט אוועקגעגעבן טייערע צייט יעדן ערב שבת, בשעה שגדולי ואדמורי ישראל ישנים, צו ענטפערן הונדערעטער הלכות שבת שאלות אויפן ראדיא, וואס זענען שפעטער געווארן צו שו"ת יחוה דעת. האט גארנישט מיט די מדינה.
ר' עובדיה איז א סעלפ מעיד מען, נישט דורך זכות אבות, נישט דורך פאליטיק, נאר דורך א ציווי מלמעלה אז אין דעם חשכות, ווי די אדמורים זענען פוסטע עמעראצים (אפילו אויב געציילטע זענען יודעי ספר), און די גדולים זענען פונעם סארט גדולים ווי מ'טאר נישט זאגן א דבר שבקדושה בתוך ד' אמות ובראייה, זאל זיין א גדול אויפ'ן ניווא פון די ראשונים כמלאכים, להאיר לנו בחשכת לילה.
ר' עובדיה איז צו גרויס געמאסטן צו ווערן מיט די גלעזער פון די 'שיטה', אדער סיי וועלכע אנדערע נארם.
ועוד, ווי קומט מען בכלל מדמה צו זיין א רב ש"ך, לכל היותר א מגיד שיעור, צו א פוסק הדור דנהירין ליה כל שבילי דספריא? זיי זענען עפעס אויף איין דמיון?
ועוד, צו האט איר געלערנט זיינע ספרים אז איר זאלט קענען זאגן אז זיין פסיקה איז ביים גרעניץ פון קלות הדעת? נעמט זיינע תשובות וואס ער האט געשריבן ווען ער איז געוועהן אין אייער יארגאנג, און זעהט צו איר פארשטייט אפילו וואס דער גאון שרייבט דאן, אלס יונגערמאן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 6:06 pm
דורך [NAMELESS]
лпم iοوԴ האט געשריבן:ביטע זיך האלטען דא צו די נייעס איבער דעם גאון'ס געזונט צושטאנד.
וויי נעט באריכטעט אז מ'האט אריינגעלייגט א פעיסמעיקער.
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4431910,00.html
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 6:10 pm
דורך חכם באשי
лпم iοوԴ האט געשריבן:лпم iοوԴ האט געשריבן:ביטע זיך האלטען דא צו די נייעס איבער דעם גאון'ס געזונט צושטאנד.
ולאור דברינו למעלה, פשוט אז מען דארף מתפלל זיין אז ער זאל זיך ערהוילן און ווייטער עוסק זיין בהרצת התורה.
ערשט צוויי וואכן צוריק האט ער געדרוקט א חיבור אויף תרומות ומעשרות, וואס ער האט איבערגעארבעט פון א חוברת וואס ער האט געשריבן בשנות נעוריו נאר קיינמאל נישט געדרוקט. די לעצטע פאר יאר האט ער יעדע האלה יאר ארויסגעשאסן נאך א באנד חזון עובדיה, אויף די ימים טובים, און אויף אבילות. זיין אבילות ספר האט אויסגערופן אזא וואונדער איבער די וועלט, אז א זקן זאל קענען מחדש זיין מיט אזא מוסטערהאפטע סדר, אז מען האט כסדר געשיקט צייטונגס לייט צו דאקומענטירן וויאזוי ער ארבעט דערויף. הרב יעקב ב. פריעדמאן דערציילט ווי ער האט געזעהן ר' עובדיה זיך לייגן 2'ער ביינאכט מיט א פעדער און פאפיר, און יעדער 15 צו 20 מינוט האט ער זיך אויפגעכאפט צו שרייבן עפעס וואס איז איהם נים ולא נים איינגעפאלן.
און אפאר נער'ישע חדר יונגלעך, וואס האבן איין איינציגע מעסטער אויף אלעס און יעדעם, ערלויבן זיך צו זאגן א 'מיינונג' אויף דעם איד, הדד.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 11:11 pm
דורך zurich
אונז אשכנזים מעיגן זיין אביסל באליידיגט אויף דעים גדול ווי ער דריקט זיך אסאך מאל אויס אויף אונדז אביסל מיט א זילזול..
זאל ער האבן א רפואה שלימה די דור דארף עם האבן!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:20 pm
דורך שעפטל
מ'האט צוגעגעבן א נאמען, חיים עובדיה יוסף בן גורג'יה
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:22 pm
דורך סאשי פיש
די מצב האט זיך ליידער פארערגערט,
די קינדער שטייען ביים בעט,
מען האט יעצט צוגעלייגט נאך א נאמען חיים,
פולע שמחת בית השואבה׳ס האבען אויפגעהערט מיטען טאנצען און זאגען תהילים ,
רב שטיינמאן, ר חיים קנייעסקי, רב אויערבאך, זאגען יעצט תהילים,
בעלזע רבי מיט די וויזניצע רבי׳ס האבען געהייסען די חסידים זאגען תהילים.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:33 pm
דורך חכם באשי
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:39 pm
דורך שעפטל
איך וואלט ווען שוין אינאיינוועגס געטוישט זיין מאמע'ס נאמען...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:52 pm
דורך גאלד
איינער האט איהם אמאל איבערגעזאגט דאס וואס די אשכנזים זענען זיך נוהג ע"פ הרמ"א "ובני ישראל יוצאים ביד רמה" האט ער תיכף געענטפערט "סוס ורכבו רמה בים"