בלאט 1 פון 1
חג האסי"ף
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:15 pm
דורך ממרום שלח אש
לכבוד דעם חג האסיף זמן אסיפה לכל און אין די גייסט פון לעיקוואד'ס תערומות הלמאי די תורה ווערט אנסינקרענייזד פון די עברי טייטש, אזוי אויך מקיים צו זיין דעם חייב להקביל פני רבו ברגל, וועט פארקומען אן אסיפה לכל א שבת תחכמוני פון די חברים דא.
עטליכע נקודות,
מען מוז זיין א ערענסטע משתתף אין די שמועסן דא און אין אחורי.
מען מוז האבן צום ווייניגסטן איין חבר וואס קען אים פערזענליך און קען האפטן אויף זיין נאמנות און פערסאנאליטי.
דער יעניגער חבר ברויך זיין מוסמך מצד אחר פארשטייט זיך.
חברנו היקר והנעים זר זהב ומנב"ת עטרת ראשו וראשנו זוגתו הצוה"ח אין גומרין עליה את ההלל וכו. וועלן האוסטן די מסיבה אין זייער סוכה, ותשחח"ל
מען וועט ברויכן אריינפעקסן אדער אימעילן א פאטא איידי און באשטעטיגן די איידענטיטי לייוו אין א וועבקעם סעסיע מיט די נאמני הוועד.
מען וועט מוזן טראגן א איידי טעג מיט די ניק אויף די קראגן.
די השתתפות פון איטליכע ניק וועט ברויכן באשטעטיגט ווערן אין בחירות פון רוב משתתפים.
ווער עס האט נאך הצעות צו מאכן דעם כינוס א סוקסעס זאל דא שרייבן.
ויה"ר שלא יצא מכשול ועגמ"נ מתחת ידנו, וה' הטוב יאמר לדבק טוב ויפק רצון מה'
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:17 pm
דורך מאראנצןזאפט
איך בלייב אינדערהיים און האטס מיר אלע פרייליכן יו"ט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:24 pm
דורך קאווע טרינקער
מ'דארף מיטברענגן די מאחורי?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:25 pm
דורך ממרום שלח אש
מאראנצןזאפט האט געשריבן:איך בלייב אינדערהיים און האטס מיר אלע פרייליכן יו"ט.
אוודאי אזוי, ווידער גוטער בוך זאגט, אז מווייזט זיך נישט די פנים אין מאחורי, בלייבט מען אינדערויסן אויף די לופט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:40 pm
דורך אביגדור
ורעם ונשאם.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:46 pm
דורך אביגדור
עד שתניח דעתך.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:55 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך האב מורא צו קומען, זר האט מיר געווארענט במקום אחר אז מ'וועט מיר אפשניידן די וואנצעס.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:58 pm
דורך ממרום שלח אש
חול המועד ביזטו סעיף, סאסור בתגלחת
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 4:20 pm
דורך ונבנתה העיר
ממרום שלח אש האט געשריבן:די השתתפות פון איטליכע ניק וועט ברויכן באשטעטיגט ווערן אין בחירות פון רוב משתתפים.
ווער באשטעטיגט די ערשטע דריי?
און יענע באשטעטיגער דארפן דאך אויך באשטעטיגט ווערן, ווי דער גוטער בוך זאגט דיינע באשטעטיגער זאלן באשטעטיגט ווערן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 4:27 pm
דורך קאווע טרינקער
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 4:31 pm
דורך ממרום שלח אש
ונבנתה האט דא אנדעקט לכאורה א שטיקל לאך אין די פראצעס. יאיר וואלט עס אנגערופן צירקילער ריזענינג. א מהלל מחשבה מיט וואס ער פירט א האפענונגסלאזע קאמף.
אבער ונבנתה, אלץ חסיד וואלסטו געברויכט וויסן פון אזא זאך ווי סיבה ראשונה וואס ברעכט ארויס פונעם צירקל.
די פראגע איז דעמאלס ווער איז די סיבה ראשונה, איז דער עולם טאקע מכובד צו לאזן הערן א אויסוואל, לכבוד המקום והרגל.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 4:45 pm
דורך סאשי פיש
לייג מיך נישט מיט די חברה אין איין זאץ!!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 5:01 pm
דורך אליצפן
זיסע חלומות ממרום טייערע, געב דיך א ציפ העסטו אויפשטיין..
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 10:14 pm
דורך נצבד
איך וועל זיך אי"ה נישט באטייליגען, בלויז ווייל איך וויל נישט דיסעפוינטעד ווערען פון די אויפגעדעקטע אינדענטיפיקאציע פון די חבירים דא...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 10:43 pm
דורך ממרום שלח אש
אקעי, די אישי איז מיר פארפלייצט, איינער דרוקט אויס זארג אז אזוי ווי ער איז פון די סאמע גרעסטע שישקעס ביי צד מהר"א האט ער מורא אז מען וועט דיסקרימינירן זיין ניק פון היינט און ווייטער, כאטש ביז היינט איז ער געווען פאפולער און באליבט דא.
א צווייטע , איינע פון די גרעסטע שרייבערס דא, איז גאר א פרוי, זי וויל זייער קומען אויב דער עולם וועט מסכים זיין. איך בין נאך אין שאק, ויפג ליבי, אבער כבין איבערגעצייגט אז סיז אמת, וואס קעניך זאגן, ברוך שנתן מחכמתו לנשים.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 10:10 am
דורך דולה ומשקה
ליבי אומר לי פון ווי 'דולה' צו זיין וועט אפשר יא זיין, אבער פארוועמען 'משקה' צו זיין וועט נישט זיין...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:55 pm
דורך יואב
בעת ווען ס'שטעלט זיך ארויס אז [tag]ממרום שלח אש[/tag] איז דער איינציגסטער 'דא' וואס וויל זיך 'יא' טרעפן מיט די פארמאסקירטע ניקס, איז ער גאר דער איינציגסטער אין א
צווייטער אשכול וואס וויל זיך דווקא 'נישט' טרעפן, און מיט ממש קיינעם.
וזה לשונו:
ממרום שלח אש האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס וויל זיך נישט טרעפן קיינעם פון די שותי קאווע אין ריל לייף?
איטס ריללי נייס מיטינג יו, באט פליז , דאונט טעיק אפפ יור שירט.
ממרום, נאך א מזל דו לויפסט נישט יעצט פאר פרעזידענט.
לגופו של ענין איז לכאורה נישט דא א שאנס אזא זאך זאל בכלל צושטאנד קומען.
ניקס פאר זיך אז זיי שפירן זיי ווילן זיך באקענען, באקענען זיך סיי ווי. און אז נישט, ברויך מען נישט א פארזאמלונג אויך נישט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:10 pm
דורך דולה ומשקה
יענץ האט ער געשריבען אפריך עלעווין, מיר האלטן עטליכע חדשים שפעטער, ער האט איינגעזעהן ווי גוט דער קאווע איז,
באשר הוא שם איז ער לשיטתו גערעכט געוועהן, אבער נטכען טועם זיין אלע ערליי סארט קאווע, איז ער אנגעקומען צו זיין ריכטיגע באשלוס.
איך מוז זאגען פאר הרב שמעקעדיק "מודה דרבנן היינו שבחייהו.
אבער מיט אזא נאמען, אויב דאס שפילט אפ דער אמת'ע כאראקטער, זאל עס דיר נישט באנק טוען אויב וויל מען זיך נישט טרעפן מיך כבוד הודך...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:04 am
דורך שמעקעדיג
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:18 am
דורך רויטע וואנצעס
מיר דמיונ'ט זיך אז די אסיפה וועט אויסזעהן עפעס בערך אזוי.
(בילד פארמעקט אלס תקנות ה'שטיבל מחמת גילו)