ארטסקרול גייט ארויסגעבן א שוטנשטין תלמוד app פאר iOS

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4735 מאל

ארטסקרול גייט ארויסגעבן א שוטנשטין תלמוד app פאר iOS

שליחה דורך יידל »

א גאר פרייליכע בשורה קומט אן דורך וואס איז נייעס. די גיגנאטישע ספרים פובלישינג פירמע, ארטסקרול, האלט איצט אין די לעצטע שטאפלן פון פארוואנדלען זייער וועלט בארימטע תלמוד בבלי מהודרת שוטנשטין אין אן עפפ (app) וועלכער וועט לויפן אויף די iPhone, iPod touch און iPad. ווי וואס איז נייעס באריכטעט איז Rusty Brick דער דעוועלאפער פונעם עפפ. ראסטי בריק, וועלכע זענען באקאנט מיט זייער אויסערגעוונטליכע פארגעשריטענע עפפס, ובפרט מיט זייערע אידישע עפפס, האט אין א בלאג פאוסט געלאזט וויסן אז דער פראיעקט איז גאר א גרויסער, און דער תלמוד איז נאר דער התחלה. ראסטי בריק רעכנט אויס א חלק פון די פיטשערס וואס די עפפ גייט פארמאגן:

Page Syncing
Place Tracking
Extra Hand
Page Fusion
Hybrid Page
Floating Translation
Quick Scroll
Integrated Notes
Page Mapping
Color Coding
Show It To Me
Find It For Me
Advanced Search
Daf Yomi Map
Daf Yomi Calendar
Automatic Delivery
Monthly Subscriptions
Resizable Text
Notes
iPhone, iPad Support

בילד
אויף יו-טוב האבן זיי געפאוסט א ווידעא ווי געוויסע פיטשערס ווערן ברייט אויסגעשמועסט, עס איז כדאי צו קוקן כדי צו כאפן א שטיקל השגה פון דעם פענאמענאלן פראיעקט.

די שאלה איז נאר וואס דער פרייז גייט זיין. על פי חשבון, דארף עס זיין ביליגער ווי די געדרוקטע בענדער, כדי דער עפפ זאל גיין. פון צווייטען זייט קען עס נישט זיין צופיל ביליגער. אויף עמעזאן איז עפ"ר אן אי-בוך נישט צופיל ביליגער ווי דער געדריקטער בוך. (עפ"ר צוויי דריי דאלאר ביליגער).

לויט ווי הרב נתן שערמאן זאגט איז אין די עפפ אריין ארום 5 מיליאן דאלאר. דער עפפ וועט געלאנטשט ווערן בעז"ה און צייט פאר די נייע דף היומי מחזור, דעם זוממער.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר