בלאט 1 פון 1

קרענק אין אונזער קולטור

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 5:39 pm
דורך עסקן בדברים
ציווישן די קרענק אין אונזער קולטור:

1) ס' איז א בושה פאר אסאך קינדער זיך צו קושן מיט זייער טאטע/מאמע (און אביסל ווייניגער אויך פארקערט).

2) אונזער חיתוך הדיבור איז שרעקליך. מיר מאמבלן מיר ווען מיר רעדן, אסאך ערגער ווי אנדערע

רפאנו ונרפא

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 6:54 pm
דורך אליצפן
עסקן בדברים האט געשריבן:

2) אונזער חיתוך הדיבור איז שרעקליך. מיר מאמבלן מיר ווען מיר רעדן, אסאך ערגער ווי אנדערע

וואס די בעילה (קרעדיט יואב) רעדסטו וועגן? זינט ווען איז דאס געווארן א פראבלעם? מיר האבן פיל פיל גרעסערע פראבלעמען צו אדרעסירן אין אונזער סיסטעם ווי דאס אז אונזער חיתוך הדיבור איז נישט גוט..

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 6:56 pm
דורך קאווע טרינקער
עסקן בדברים האט געשריבן:ציווישן די קרענק אין אונזער קולטור:

1) ס' איז א בושה פאר אסאך קינדער זיך צו קושן מיט זייער טאטע/מאמע (און אביסל ווייניגער אויך פארקערט).

אז טאטע+מאמע קושן זיך נישט זעלבסט, מה יעשה הבן שינשק?

עסקן בדברים האט געשריבן:2) אונזער חיתוך הדיבור איז שרעקליך. מיר מאמבלן מיר ווען מיר רעדן, אסאך ערגער ווי אנדערע


למשל ווער? יצחק קלאר? הערשל מייזעלס?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 7:03 pm
דורך עסקן בדברים
דעם אשכל איז וועגען קולטורישע קרענק דייקא, נישט וועגן פראבלעמען אינ'ם סיסטעם אדער שלעכטע אייעגעפירטע מנהגים וכו'

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 7:07 pm
דורך עסקן בדברים
קאווע טרינקער האט געשריבן:למשל ווער?

I don't mean people who are especially bad, I mean in general most charedim (maybe litvishe more then chaisdim) don't speak as clearly as any average person

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 7:11 pm
דורך אליצפן
What does not speaking clearly have anything to do with one's culture?
I think someone has to look up the word culture in the dictionary.
Besides, is it only English that they don't speak clearly, or yiddish as well? Because maybe it has something to do with the fact that English is not our native language?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 7:23 pm
דורך עסקן בדברים
Litvishe who speak only English mumble for sure, but I'm almost sure it's also chasidim in Yiddish. (It's a difficult to compare one language to another).

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 7:28 pm
דורך גאנצל
ביי אסאך איז קושן און ווער רעדט נאך האגן בכלל אפגעפרעגט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 7:30 pm
דורך עסקן בדברים
וואס מיינסטו?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 7:30 pm
דורך זר זהב
זיכער אזוי. נאר זעצן בראקן שטויסן שרייען האקן אנבריקענען באבויקערן יאמערן. דאס וויל דער באשעפער

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 7:35 pm
דורך גאנצל
עסקן בדברים האט געשריבן:וואס מיינסטו?


איך מיין ביי די אלטע דור וואס האבן געשאפן דעם קולטור כ'דענק ווי ווען איך פלעג אסאך קישן מיינע קליינע נעפיוס פלעגט מיין מוטער קרומען מיט די נאז

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 8:46 pm
דורך יואב
מיסטער עסקן 'בדיבורים', איך האב נישט קיין אהנונג איבער וואס, פון וואס, און פארוואס איר האט געפענט דעם אשכול. איבער קושן מיינט איר מסתם יא מער ספעציפיש חסידים, אדער אפשר אלטרא ארטאדאקסן. דאס זענט איר טאקע גערעכט, אבער ווי אליצפן האט שוין ערווענט, קומט דער פראבלעם אריין היבש אראפציר די ליסטע. איבער חיתוך הדיבור ברויכט איר זיין מער קלאר. ס'איז זייער פאני דער גאנצער געדאנק בכלל, ווי אויך וואלט איך געוואלט וויסן צו איר האלט דאס איז א מעות לא יוכל לתקן, אדער מ'ברויך זיך אריינלייגן אין מעגליכע הילפס מיטלן. בנוגע חסידים האב איך קיינמאל נישט באמערקט זיי זאלן שטאמלן ביים רעדן אידיש (אוודאי איז דאס איינצעלע), און כלפי ענגליש, הלוואי ווען שטאמלן זאל זיין דאס איינציגסטע פראבלעם. קודם זאל מען קענען אביסל ענגליש.

אליצפן, דער אויסדריק איז נישט מיין אויסטרעף. אסאך אינעם שטיבל האבן שוין געשריבן איבער דעם, כ'מיין קאווע טרינקער דער ערשטער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 8:59 pm
דורך עסקן בדברים
What else would you put on the list? I'm not referring to bad minhagim or bad leadership or anything about the ''system." I'm talking about sicknesses ingrained in our culture. Gantzel commented that hugging/kissing is in the mind of some a religious issue, and thus perhaps doesn't belong in the category I meant to discuss in this eshkol.

I'm not talking about stuttering. I'm talking about not speaking clearly

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 9:10 pm
דורך רויטע וואנצעס
די אשכול האט מיר געברענגט צום מסקנה, אז חסידים האבן א פראבלעם נישט נאר מיט רעדן קלאר נאר אויך מיט'ן שרייבן קלאר. :)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 9:22 pm
דורך יואב
עסקן בדברים האט געשריבן:What else would you put on the list? I'm not referring to bad minhagim or bad leadership or anything about the ''system." I'm talking about sicknesses ingrained in our culture.


איך ווייס נישט וואס איך וואלט אריין געלייגט, ווארים לגבי אסאך זאכן קען שטארק רעלעוואנט זיין דעם 'Nature versus nurture debate'
מילא ס'מוז נישט זיין אלע אידן, ס'קען זיין א סביבה, און איך כאפ נאך נישט דער ציהל, אדער מאטיוו פון דעם אשכול. צו מ'זוכט א לעזונג, אדער סתם שרייבן טרוקענע פאקטן(?). ס'קען זיין די ליטאים פלעגן משום ביטול תורה נישט וועלן מאריך זיין ביים רעדן, מילא פלעגן זיי איינשלינגן ווערטער.

אלזא לאמיר זעהן. אפשר גיין אין טוילעט מער ווי גוים, שטינקן פון קנאבל אקעישנעלי, געלערע ציינער, קראכן פינגערס, א געוויסער טענדענץ זיך צו מישן אין יענעמס ביזנעס, (נישט די כל ישראל ערבים חלק) און וואס נאך? מ'זאגט אז אידן ברויכן מער אויגן גלעזער. איך האב נישט קיין אהנונג, אבער איין הענטל'דיגע אדער צוגעקלעבטע ברילן איז זיכער דא מער צווישן אידן. א פינגער אויף די ברילן האט שוין געפילטע פיש געטראפן אפילו צווישן ערלים.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 12:13 am
דורך הוגה
איך פארשטיי אויך נישט וואס פונקטלעך איז די מטרה פון דער אשכל. אבער אז מ'רעדט שוין פון רעדן נישט קלאר (כ'האב עס נישט באמערקט) וויל איך ארויפברענגען עפעס אנדערש וואס כ'האב מיך אלץ געווינדערט. פארוואס זעהט מען זייער אסאך ערוואקסענע (אויך קינדער) מענער און פרויען פון די פארפרומטע חניאק'ישע סארט וואס רעדן מיט א lisp? עס איז זייער א גרויסע proportion. איז עס א פרומע זאך אזוי צו רעדן? זענען זיי against טעראפי? מאכן זיי נאך איינעם?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 12:59 am
דורך דענקער
איך ווייס נישט וועגן מורמלען אונטער די נאז. עס קומט אפשר פון א מאנגל אין זעלבסט זיכערהייט, אויב עפעס.

די נישט קישן איז זיכער א קולטוראלע פראבלעם. מיר האבן גענצליך דיעמאציענאליזירט אונזער סאסייעטי. מיר ווייסן נישט וואס מיינט אהבה, שמחה, טרויער אד"ג. יעדע יומא דפגרא דארף מען קוקן אין די ביכער וואס מען דארף יעצט פילן. פורים דארף מען טאנצן אין די גאסן צו עס גייט דיר גוט, צו נישט. תשעה באב דארף מען זיין צוקוועטשט ווייל ר' פנחס'ל קאריצער האט געזאגט אז עס איז א סכנה צו לאכן. איז האק דיר קאפ אין וואנט אבער טרויעריג זאלסטו זיין.

א חתן ביום חופתו: ביי קבלת פנים דארף מען וויינען ווייל עס שטייט אין זוהר אז די באבעס שפאצירן אראפ. און טאמער איינער וואגט זיך אים צו געבן לחיים און אנווינטשן לכבוד זיין גליקליכן טאג, ענטפערט ער אים מיט אזא זויערן פנים כאילו ער האט אים יעצט צוגענומען די לעצטע סלייס געפילטע פיש ביי שאלעשידעס.
ביים טאנצן מוז ער זיין פרייליך ווייל עס איז דא עפעס א מימרא פון דעם חוזה פון לובלין. אבער טאנצן מיט זיינע חברים טאר ער נישט, ווייל מען דארף טאנצן פאר אים, און נישט ער זאל משמח זיין די חברים. ביי מצוה טאנץ זענען די באבעס ווידער דא, דארף ער עודך וויינען.

ווען איינער פארלירט ל"ע א נאנטן, איז אויך דא פונקטליכע רולס ווען און וויפיל ער מעג וויינען. ווער און וואס מען זאל זאגן ביי די שבעה. די מענטשליכע געפילן שפילן בכלל נישט קיין ראלע.

אפגערעדט פון אהבה בין איש לאישתו, וואס מען איז זוכה דערצו איז עס די שענסטע און זיסטע געפיל וואס איז פארהאן. מאן דכר שמיה? עס איז בל יראה בבל ימצא! איך רעד שוין נישט פון פיזישע חיבוק ונישוק וואס איז פארבאטן צוליב די וואנזיניגע אשתגע דרא איינרעדענישן. נאר אפילו בדיבור ווי רופן די ווייב מיט לשונות של חיבה טאר מען אויך נישט נאר בין כר לכסת.

פרייטאג צונאכטס דארף מען קישן די מאמעס האנט ווייל אזוי שטייט אין מגן אברהם.

ווען איינעם צושפילט זיך א העכסט נארמאלע מענטשליכע געפיל, דארף מען שנעל לויפן קוקן צו מען דארף טאקע יעצט אזוי פילן. און אויב נישט, איז סאמטינג ראנג. די געפילן זענען געווארן אויסגעריסן. נו ודאי טאר מען נישט ארויסווייזן עני עמאשען.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:23 am
דורך פרישער
דער אשכול איז גע'עפנט געווארן ביי איינעם וואס איז עוסק און עסקנות בדברים, און מיין לעיבן נישט געהערט אזעלעכס, סיז א סתורה מיניה ובייביי, מסקנות הדברים לתרץ הסתורה אולי א עסקן בדברים שנוגע לדברים, אז מיר ברויכן רעדן טעראפי אויף א אויפן, ודוחק

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 8:03 pm
דורך גאנצל
דענקער האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן מורמלען אונטער די נאז. עס קומט אפשר פון א מאנגל אין זעלבסט זיכערהייט, אויב עפעס.

די נישט קישן איז זיכער א קולטוראלע פראבלעם. מיר האבן גענצליך דיעמאציענאליזירט אונזער סאסייעטי. מיר ווייסן נישט וואס מיינט אהבה, שמחה, טרויער אד"ג. יעדע יומא דפגרא דארף מען קוקן אין די ביכער וואס מען דארף יעצט פילן. פורים דארף מען טאנצן אין די גאסן צו עס גייט דיר גוט, צו נישט. תשעה באב דארף מען זיין צוקוועטשט ווייל ר' פנחס'ל קאריצער האט געזאגט אז עס איז א סכנה צו לאכן. איז האק דיר קאפ אין וואנט אבער טרויעריג זאלסטו זיין.

א חתן ביום חופתו: ביי קבלת פנים דארף מען וויינען ווייל עס שטייט אין זוהר אז די באבעס שפאצירן אראפ. און טאמער איינער וואגט זיך אים צו געבן לחיים און אנווינטשן לכבוד זיין גליקליכן טאג, ענטפערט ער אים מיט אזא זויערן פנים כאילו ער האט אים יעצט צוגענומען די לעצטע סלייס געפילטע פיש ביי שאלעשידעס.
ביים טאנצן מוז ער זיין פרייליך ווייל עס איז דא עפעס א מימרא פון דעם חוזה פון לובלין. אבער טאנצן מיט זיינע חברים טאר ער נישט, ווייל מען דארף טאנצן פאר אים, און נישט ער זאל משמח זיין די חברים. ביי מצוה טאנץ זענען די באבעס ווידער דא, דארף ער עודך וויינען.

ווען איינער פארלירט ל"ע א נאנטן, איז אויך דא פונקטליכע רולס ווען און וויפיל ער מעג וויינען. ווער און וואס מען זאל זאגן ביי די שבעה. די מענטשליכע געפילן שפילן בכלל נישט קיין ראלע.

אפגערעדט פון אהבה בין איש לאישתו, וואס מען איז זוכה דערצו איז עס די שענסטע און זיסטע געפיל וואס איז פארהאן. מאן דכר שמיה? עס איז בל יראה בבל ימצא! איך רעד שוין נישט פון פיזישע חיבוק ונישוק וואס איז פארבאטן צוליב די וואנזיניגע אשתגע דרא איינרעדענישן. נאר אפילו בדיבור ווי רופן די ווייב מיט לשונות של חיבה טאר מען אויך נישט נאר בין כר לכסת.

פרייטאג צונאכטס דארף מען קישן די מאמעס האנט ווייל אזוי שטייט אין מגן אברהם.

ווען איינעם צושפילט זיך א העכסט נארמאלע מענטשליכע געפיל, דארף מען שנעל לויפן קוקן צו מען דארף טאקע יעצט אזוי פילן. און אויב נישט, איז סאמטינג ראנג. די געפילן זענען געווארן אויסגעריסן. נו ודאי טאר מען נישט ארויסווייזן עני עמאשען.


ס'זעהט מיר אויס דו ביסט אין עפעס א שווערע מאד אבער איך ווייס נישט וואס דו פארפירסט און די רעשסט פורים בין איך פרייליך ווייל ס'איז א פרייליכע טאג מ'האט אויפגעהאנגען דעם המן'ען
תשעה באב בין איך טרויעריג ווייל אונזער ביהמ"ק איז נרוב געווארן אונסער שטארקע מיליטער איז באזיגט געווארן אונזער הויפט שטאט איז צוגענומען געווארן און אזוי ווייטער וואס פארשטייסטו נישט דא איך וועל דיר אלעס פראבירן מסביר צו זיין

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 8:52 pm
דורך zurich
נו אויב ס'איז אזוי פאני די חסידישע לעיבענס שטייגער לאמיר עס איבערלאזן וואס שטיפט אזוי דער עולם צו בלייבן ??

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 9:02 pm
דורך יואב
zurich האט געשריבן:נו אויב ס'איז אזוי פאני די חסידישע לעיבענס שטייגער לאמיר עס איבערלאזן וואס שטיפט אזוי דער עולם צו בלייבן ??

אה! מסתם צוליב קמחא דפסחא חלוקת, דינער השנתי, און פרייע פאפקארן מיט טענדזערינס ביי טיי אווענט'ס.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 10:01 pm
דורך הערשי
דענקער האט געשריבן:מען קוקן אין די ביכער וואס מען דארף יעצט פילן.

צו ציטירן שולם שטיסל, "כי כך כתוב בצאינה ראינה, 'כאן צריכים לבכות'".