בלאט 1 פון 1

וואו לעיב איך ? לעבן און אונזער געזעלשאפט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 11:32 pm
דורך אספקלריה
א נושא וואס איז נוגע כמה שמועסן פון כמה אשכולות דא און ק״ש.
סיי דאס ברוגזדיגקייט אויפען אזוי גערופענע סיסטעם וואס אונז לעיב מיר, און סיי די OTD וואס ווערט דא גערעדט און די לענג און די ברייט,ועוד כמה ענינים.
און די psychology וועלט איז דא א מהלך פון דריי סארט לעבנס וואו א מענטש לעבט,און וואו א מענטש שפירט זיין עקזיסטענץ.
1) א מענטש וואס לעבט מיט די וועלט 2) א מענטש וואס לעבט מיט די געזעלשאפט 3) א מענטש וואס לעבט מיט זיך.

א מענטש וואס לעבט מיט די וועלט.
דאס זענען געווענטליך מענטשען וואס וואונען איינזאם,מקען זעען פון זיי און די מאונטעינס און בשפע גדול און פארשידענע פארמער סטעיטס, אסאך פון זיי ווייסען נישט דאס מידענסטע, האבען נישט קיין אינטערנעט צוטריט, זייער ארבעט איז געווענטליך נישט אנהענגינג און סאישעל לייף,און מיט דעם אלעם לעבן זיי,זיי שפירען זיך א חלק פון די universe, א פארט פון די שיינע בריאה, סאיז דא די טרעקטער, סאיז דא די ערד די גראז, די שיינע בלויע הימל,און סאיז דא דער מענטש זיי אליינס, וואס טוט זיין חלק און בריאה, און געט צו זיין שיינע חלק צו די בריאה.
א קליינע שפיר פון דעם קען יעדער שפירען זעענדיג א שיינע הערליכע view,הויכע בערג, אדער פארשידענע סארט בעלי חיים,די מענטש קען זיך שפירען אסאך מאל וואו ער וויל זיך מדבק זיין און די בריאה, ער וויל זיין א חלק פון די רואיגע שיינע בריאה, מקוקט אויף די הערשען וואס שפאצירען זיך פריי צווישען די בערג און טאלען,מזעעט די אויסגעגאסאנע רואיגקייט אויף זייער פנים, און די מענטש פילט מי יתן איך זאל זיין א חלק פון דיע שיינע universe.
דיע לעבן האט נישט קיין סאך פרייליכקייט,און נישט קיין סאך טרויער, סאיז זייער רואיג, זיייער פראקטיש.
מקען רעדן א וועלט פון דיע סארט לעבן א וועלט,אבער היות סהאט א קליינע שייכות מיט אונזער סארט לעבן איז עס נישט צופיל נוגע.

די צווייטע סארט לעבן איז זיך שפירען א חלק פון די געזאלשאפט, וואס דאס איז די לעבן און עקזיסטענץ פון רוב פון אונזערע circles,
דאס הייסט אז די הרגשה פון לעבן איז דאס וואס מאיז א חלק פון די געזאלשפטליכע לעבן,
אן עקסטרעמע עקזעמפיל וועט זיין א יונגערמאן וואס געהער צו א חסידות ווי באבוב,בעלז,גור,ויזשניץ,סקווער,ראחמיסטריווקא,א שיין חלק פון דיע מענטשען איז זייער לעבן פון די חסידישע געזעלשאפט,זיי לעבן און די נוסחאות און די ניגונים,און די מנהגים, און די קולטור,און די טישען און און זייער מעמד, און אין זייער זיין א חלק פון דיע חסידות, דאס איז ממש זייער עצם החיים.
זיי וועלען כסדר זיך בענקען און כסדר קומען צום רעבין און צום חסידישע שטיבעל,זיך טרעפן מיט זיינע חברים, ווען די רבי מאכט א שמחה וועט עם עס געבן מוט פאר די נעקסטע פאר חדשים, זיין פערזענדליכע לעבן עקזיסטערט כמעט נישט, קינדער האט מען ווייל יעדער האט, די קינדער ווערען ערצויגען און די מוסדות,און אין ישיבה,ממאכט זיי חתונה מיט אצווייטער חסיד׳ס א טאכטער, ביידע מחותנים און חתן און כלה קומען צום רעבין ברעכין טעללער, און נעמען א שטיקעל לעקיך,די חתן און כלה גייען צו די געשטעלטע פון די פארטיי געוואר צו ווערען וואס סמיינט חתונה האבען,און ב״ה זיי האבען חתונה און מאכען א ברית ביים רעבין, און אזוי פארט א לעבן.
וואו אינטרעסאנט איז נאך צו זעען וואו סדרייען זיך צווישען דיע מענטשען, געוויסע מיט געוואלדיגע טאלאנטען, אבער אנשטאט צו נעמען די טאלאנטען צוזיך, נוץ מען עס אנשטאט אלעס פאר די חסידות און די געזעלשאפט, דער שרייבער שרייבט פאמפע פאר די חסידות, די זינגער זינגט פארען רעבין, דער גביר פאקט זיין געלט פאר די זאך, און אנדערע ווערטער זייי געבען אלעס פאר זייער לעבן און עקזיסטענץ, וואס דאס איז זייער לעבן, וויפיל מאל זעעט מען מענטשען וואס געבן אויס זייער גאנצע געלט פאר זייער געזעלשאפט, און די קינדער איז בכלל נישט קיין עסק ווייל נישט דאס איז זייער לעבן.
דאס איז א עקסטרימע עקזעמפיל פון עקזיסטירען און א געזעלשאפט, און כמעט וואו נישט וויסען אז מהאט אן אייגענע מציאות.
און אז מרעדט פון עקזיסטירען און געזעלשאפט.
קומט אוודאי אריין די מאדערענע סארט געזעלשאפט לעבן,פון די סאישעל מידיא,אזוי ווי ספר הפנים,טוויטר,און פארשידענע בלאגס,וואו מענטשען זענען קאננעקטעט כל כולו אהין און שפירען זייער לעבן מיט די חברים און גרופס וואו מגהער,און אוודאי אזא קאמיונוטי דא וואו קאווע ש. וואס מקען דא זעען מענטשען וואס לעבן ממש דאס שטיבעל, בויען זיך אויף אן אימפעריע מיט לייקס, ארבעטען אויס שיינע מאמרים און תגובות זיך צו בויען אן אימעיזש און שטיביל, און שפיערין זייער עקזיסטינץ אלץ א חלק פון די קאווע שטיבעל,הכלל קאווע שטיביל איז טאקע א לייוו עקזעמפיל פון מענטשען וואס עקזיסטירען און לעבן און א געשמאקע געזעלשאפט, סאיז אוודאי א געשמאקערע און ברייטערע לעבן וואו די אויבען דערמאנטע, אבער סאיז אוכט געזעלשאפט לעבן.
און אוודאי קען מען נאך אסאך טראכטען פון דיע סארט לעבן ועוד חזון למועד.

דאס דריטע סארט לעבן,איז לעבן און עקזיסטירען מיט זיך מיט די אייגענשאפט,און מיט די אייגענע לעבן.
דיע לעבן קען מען אנרופען ריכטיג געלעבט,און solid and valuable,ההוא יקרא חיים.
אן עקזעמפיל א מענטש וואס קימערט זיך נישט מיט געזאלשאפטליכע ענינים, ער לעבט און אינזשויד זיין פרייליכע פאזיטיוו עקזיסטענץ,ער אינזשויט זיין ליבשאפט און אהבה צוזיין ווייב,״ראה חיים עם אשה אשר אהבת, ער אינזשויט צו ברענגען א נייע באשעפיניש א נייע human אויף די וועלט,ער אינזשויט צו fatherin דעם נייעם באשעפעניש,ער אינזשויט זיי צו געבען ליבשאפט, און זייער אלע הצטרכות׳ן, ער אינזשויט זיין חכמה ער לעבט און דעם, ער אינזשויט זיינע חפצים און זיינע קנינים,ער אינזשויט זיין הרגשת החיים און זיינע כלי המח והלב.
און אונזער סירקעלס זענען דא יודען וואס אינזשויען זייער ידיעות התורה, זייער השגות התורה, זייער ברייטקייט און חידוש בתורה,זיי אינזשויען די אמת פון תורה, די ישרות פון די תורה.
סדא אזאנע וואס אינזשויען דאוואנען זיי אינזשויען זייער הכרה און זייער רילעישין צו זייער קריעיטיר, זיי אינזשויען זייער השגות און גדלות הבורא, ( אפפס דא קען שוין זיין א נייער לעבן א עקזיסטענץ וואו א נברא כלפי הבורא אדער אן עקזיסטענץ פון זיין א יוד,אדער א part פון די יודישע פאלק העמיר נישט אריינגיין און דעם)
סדא אזאנע וואס אינזשויען זייער געלט, זיי עסן זיך געמיטלעך לעוויש מילס און קוועטשען אויס די זיסע זאפט פון יעדן ביינדיל, זיי קויפען געשמאקע קויטשען און טייערע מאטראצען, און כראפאצען מיט א געמיטליכקייט,און קיינער מוז ניטאמאל וויסען אז סגייט זיי גוט, ער אינזשויט עס פאר זיך , נישט פאר זיין מעמד און די געזעלשאפט.
המשך יבוא

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 11:48 pm
דורך חכם באשי
זייער שיין אראפגעלייגט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 11:51 pm
דורך אספקלריה
אדאנק.
טראכטענדיג וואו איך בין, טראכט איך אסאך מאל אז איך בין א פוסח בין הסעיפים.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 11:53 pm
דורך זר זהב
זייער אינטערעסאנט.

איז עס פעיר צו זאגן אז פאר חסידות איז אראפ אויף דער וועלט איז נישט געוען ביינונז אידן פון די צווייטע קאטעגאריע, וויאזוי האט מען עס אויסגעהאלטן?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 11:58 pm
דורך הוגה
אספקלריה האט געשריבן:אדאנק.
טראכטענדיג וואו איך בין, טראכט איך אסאך מאל אז איך בין א פוסח בין הסעיפים.


יעדער איינער איז א פוסח בין הסעיפים! קיינער (עכ"פ מענטשן וואס איך קען) איז נישט הונדערט פראצענט פון איין קאטאגאריע, נאר ענדערש א מיזוג פון אלע דריי. עס זענען נאר פארהאנען ביי יעדעם א שטארקע נטיעה צו איין קאטאגאריע. אשר על כן, אין אייער פערזענליכע מיזוג צו וועלכע זענט איר נוטה? ווי אזוי קלאפט עס אויס?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 12:01 am
דורך אביגדור
יישר כח אספקלריה! דברים של טעם.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 12:18 am
דורך אספקלריה
זר
איך האב נור געשריבען חסידות אלץ אן עקזעמפיל, סאיז דא נאך אנדערע סארטען סאישעל לייפ, רוב מענטשען וואס וואונען און די urbon areas לעבן פאר און מיט די געזעלשאפט.
אוודאי איז אמאל אוכט געווען מענטשען וואס האבען געלעבט און געזעלשאפט, די שאלה איז צו אויף דעם פארנעם,און לכאורה האבען אוכט א גרעסערע פראצענט מענטשען געלעבט און די אייגענע ד׳ אמות.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 12:29 am
דורך אספקלריה
הוגה
איך קען יא מענטשען וואס לעבן דעם דריטען, דאס מיינט נישט אז זיי רעדן נישט מיט קיין מענטשען, סמיינט אז זייער סאישעל לייף איז אוכט א חלק פון זייער פערסאנאל לייף, און זיי זענען נישט אפהענגיג און אנגעוואנדען און דעם,סאיז א חילוק דק


אדאנק פאר די דברי הערצה.
אז די ווילסט גיין וואונען אויפען בארג אפגעזונדערט, קען אוכט זיין ווייל די ווילסט לעבן דיין אייגען לעבן דעם דריטען קאטאגאריע,די שפירסט פשוט אז די געזעלשאפט וואס נעמט דיך ארום,האלט דיך אפ פון לעבן דיין אייגען לעבן,ממילא ווילסטו לויפען אויפען בארג,לאו דווקא צו קאננעקטען צום בארג.(אזוי בין איך מדייק פון דיין ווערטער שלום עלי נפשי).
דרך אגב,וואס מיינט ריכטיגע פערזאן און דיין דרך אגב ?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 12:42 am
דורך נולד מאוחר
איך פארשטיי נישט די יסודיתדיגע חיליק פונעם ערשטען ביזען דריטען קאטעגאריע. זע לעבען ביידע נישט פארן געזעלשאפט נאר מיט זיך. איינער איז פארנומען מיטן נאטור די צווייטער מיטן שטיקעל סטעק.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 1:01 am
דורך אספקלריה
די ערשטע קאטוגוריא איז נישט אז ער,זיין זיך ענדזשויד נאטור,
ער שפירט זיין עקזיסטענץ אלץ א חלק פון די וועלט, ער לעבט נישט מיט זיין אייגענע הרגשת החיים.