בלאט 1 פון 2

בארא פארק מוזעאום

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 2:39 am
דורך אביגדור
ווי אוטענטיש איז ראביי דויטש'ס מוזעאום?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 2:42 am
דורך רויטע וואנצעס
די לעצטע 3 שאלות באגן מיך שוין א לאנגע צייט. בנוגע סוקיוריטי האט ער א שטארקע ווידיאו קעמרא סיסטעם, אבער נישט קיין גארד.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 7:34 am
דורך קינות גירושין
ער צאלט בערך 15,000, א חודש סאקירעטי (פאר עפעס א לאנדענע סעקיורעטי קאמפ)סיז דא זייער אסאך קעמרעס אין אלע זייטען אינווענדיג און אין אינדערויסען אין גאס,
איך פערזענליך האב שוין מיטגעהאלטען אפאר מאל ווי ער קויפט אינטיקס בייchristie's and sotheby's auction houses
ווען ער קומט דארט אן קומען אלע גוישע היסטאריקער צו לויפן צו עם און זיך דורך רעדן, און הערן זיין מבינות
(אגב איינמאל ווען איך בין געווען מיט עם אין sothebys ביי א אקשען האמער אונז מיטגעהאלטען א אקשען אויף א קליינע עבודה זרה׳לע פון די געגנט און צייט פון אברהם אבינו, סאיז געגאנגען פאר פופציג מיליון דאלער) 

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 8:05 am
דורך קאווע טרינקער
א גאנצע עבודה זרה מימות אברהם? האט אברהם נישט צובראכן אלע עבודה זרה'ס?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 8:26 am
דורך בן תמליון
איך בין געווען מער פון איינמאל ביי איהם מיינע אבזערוואציעס זענען קודם חאטש וואס דער ליאזנער איז א ריזן קאפ קען מען נישט גלייבן קיין איין ווארט וואס ער פארקויפט פארן ציבור. יעדע צווייטע זאך זאגט ער עס האט איהם געקאסט מיליאן דאלאר ווען איך ווייס עס איז ניטאמאל ווערט צען טויזנט. ער פארקויפט למשל א סעט אידישע מטבעות פאר 600 דאלאר וואס איז באמת נישט ווערט מער פון 20-30 דאלאר אויפן מארקעט ער גיבט ממש זשאנק קאונס. ווען איך האב איהם פארגעהאלטן האט ער געזאגט ער מוז אויפהאלטן דעם מעזעיום.

בנוגע סעקיוריטי איז קלאר עס איז א געלעכטער. אז ער צאלט 15 אלפים פאר א לאנדאנער קאמפאני איז מסתמא נאך א ליגנט. למשל איך האב געהאלטן אין האנט א שקל פון זמן הבית און בר כוכבא ווען איך לייג עס טריין אין טאש און שטעל א פאלשן מטבע צוריק וואלט ער קיינמאל געוואוסט. צו די זאכן זענען קראנט? מסתמא רוב רובם זענען אויטענטיש. עס איז נישטא קיין קאמפאניס וואס סערטיפייען אנטיקס. אינדעווידואלע עקספערטן קענען זאגן זייער מיינונג. ביודעי ומכירי קאמינא ער איז איינמאל אריינגעפאלן מיט א גאנצן הויפן פאלשע סחורה. עס קען זיך מאכן ביי די שענסטע משפחות. זיין מעזעיום איז געווען באשריבן מער פון איינמאל אין ביבליקעל ארקיאלעזשי רעוויו. די וויכטיקסטע חפצים לויט ב.א.ר. דארט איז דער איינציקסטער גאנצער למלך פאס אין דער וועלט. דאס זענען פעסער מיט א זיגל למלך געווענליך חזקיהו המלך. רוב זענען נישט גאנץ זיינס איז. אויך האט ער אן עשרת הדברות פון די כותים וואס האט עלף דברות איינס צו פאלגן אלעס פונעם הר גריזים גאט. עס איז געווארן ארויסגעשמוגלט פון ארץ ישראל און זיי ווילן עס צוריק. איינער פון די גרויסע ארכעלאגן איז לעצטנס געקומען באזוכן דעם הר גריזים טאבלעט אין בארא פארק.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 8:58 am
דורך קינות גירושין
סאיז יא דא קאמפעניס וואס באשטעטיגען דער אמתדיגקייט פון אלטקייט,
און סאז אמת אז אסאך זאכען אין די מוזיום זענען געבארגט, נישט זיינס 

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 8:59 am
דורך קינות גירושין
קאווע טרינקער האט געשריבן:א גאנצע עבודה זרה מימות אברהם? האט אברהם נישט צובראכן אלע עבודה זרה'ס?

עפעס האב איך אמאל געזעהן א מדרש אז סאיז איבערגעבליבען אפאר וואס זענען אנטלאפן :D

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 9:04 am
דורך קאווע טרינקער
קינות'ל....
:like

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 9:11 am
דורך [NAMELESS]
איך קען נישט באשטעטיגן אז דייטש איז א ליגנער, אבער עס איז מאדנע אז רעדנדיג איבער אים גיסט זיך אריבער שקר.. דער באקומט אייניקלעך, קיניסל דרייט זיך אין סוטביס און דינט פופציג מיליאן דאלארדיגע עבודה זרה'לעך.... עפעס טויג נישט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 11:45 am
דורך shlomyg
כקען הרב דייטש פערזענליך , ער איז גאר א חשובער איד

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 12:30 pm
דורך קינות גירושין
סאיז נישט קיין שאלה דא צו ער איז חשוב אדער קלוג, די מדובר איז וויפיל ער איז מגזם

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 5:09 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:א גאנצע עבודה זרה מימות אברהם? האט אברהם נישט צובראכן אלע עבודה זרה'ס?

ער האט נאר צובראכן די עבודה זרה'ס אין זיין טאטנ'ס סטאר (כדברי רבינו ז"ל אין קינדערגארטן). די פאליציי אין אור כשדים וואלט איהם ארעסטירט (ח"ו) אויב ער וואלט ארומגעגאנגען אויף די ארטיגע דרייצנטע עוועניו און צובראכן אלע עבודה זרות, אדער לכה"פ אויסגעזעצט די שויבן פון די סטארס וועלכע פארקויפן געטשקעס. שלא כדרכו בקודש פון הר' ר' ---- ---- ----- שליט"א, וועלכער האט געשיקט די בחורים פון זיין ישיבה אויסצו זעצן די ווינדאוס אין סטאר ביי די אונגארישע בהמה וועלכע האט בשעתו (מיט איר טאטנ'ס געלט) אויפגעמאכט א סטאר מיט א גרויסן סטעירקעיס צו די גאס.....

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:17 am
דורך טעפל
אויב ער האט אלעס צובראכען וויאזוי האט לבן נאך געהאט איינס?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 7:51 pm
דורך יין שרף
לבן האט געהאט תרפים, וואס לויט טייל ראשונים איז עס געווען כתבים און נישט קיין געגאסענען געטשקעלע, והא ראיה אז עס האט געפיט אינטער די זאטעל ווען רחל איז געזעצן אויף עס.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:15 pm
דורך חקרן
איך האב נישט געוואלט אריינרעדן ביז יעצט, נישט וועלנדיג ווייטאן א איד, אפגעזען צי ער איז יא גערעכט אדער נישט. אבער אז מאנכע האבן עס ערווענט, וועל איך שרייבן וואס איך ווייס, און פרעגט מיר נישט איבער, ווייל איך גיי זיך נישט ערקלערן.

ער איז א כראנאלאגישע ליגנער, מען קען אים קיין איין ווארט נישט גלויבן.

(שוין אפגערעדט איבער די זאכן וואס ער פארקויפט דיר!)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:17 pm
דורך זר זהב
די וואס ווילן נישט וויי טון לכתחילה זענען נאך די ערגסטע צום סוף..... :D

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:21 pm
דורך berlbalaguleh
חקרן האט געשריבן:איך האב נישט געוואלט אריינרעדן ביז יעצט, נישט וועלנדיג ווייטאן א איד, אפגעזען צי ער איז יא גערעכט אדער נישט. אבער אז מאנכע האבן עס ערווענט, וועל איך שרייבן וואס איך ווייס, און פרעגט מיר נישט איבער, ווייל איך גיי זיך נישט ערקלערן.

ער איז א כראנאלאגישע ליגנער, מען קען אים קיין איין ווארט נישט גלויבן.

(שוין אפגערעדט איבער די זאכן וואס ער פארקויפט דיר!)

לדוגמא: ער האקט א טשייניק אז די בארימטע בילד פון חפץ חיים איז נישט פון איהם. נאר פון פונ'ם קצב פון שטעיטל ראדין. און ס'דא נאראנים וואס גלייבן איהם נאך. וכבודו במקומו מונח.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:25 pm
דורך יאיר
חקרן האט געשריבן:איך האב נישט געוואלט אריינרעדן ביז יעצט, נישט וועלנדיג ווייטאן א איד, אפגעזען צי ער איז יא גערעכט אדער נישט. אבער אז מאנכע האבן עס ערווענט, וועל איך שרייבן וואס איך ווייס, און פרעגט מיר נישט איבער, ווייל איך גיי זיך נישט ערקלערן.

ער איז א כראנאלאגישע ליגנער, מען קען אים קיין איין ווארט נישט גלויבן.

(שוין אפגערעדט איבער די זאכן וואס ער פארקויפט דיר!)

עס איז נישט שיין צו שרייבן אזא סטעיטמענט אן מסביר זיין וואס מען מיינט. אויף אזא אופן קען מען אים אפילו נישט דעפענדן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:41 pm
דורך חקרן
איך האב לכתחילה גארנישט געוואלט שרייבן, כדי נישט אוועקצונעמען זיין פרנסה, אבער זעענדיג וואס מען שרייבט האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן, איך האב אבער נאכאלס נישט קיין חשק אריינצוגיין אין דיטעילס, ווייל ס'שטערט מיר נישט אז ער מאכט פרנסה אויף די אומוויסנדע חסידי'שע אידעלעך...

אבער אז יאיר און אנדערע זאגן אז ס'איז נישט שיין, וועל איך ברענגען עטליכע דגמאות כטיפה מן הים, ס'איז דא נאך אסאך מער (וואס איך האב אים געכאפט דערמיט), אבער איך וועל נישט מגלה זיין אלעס ברבים. און אז מען וועט מיר אפפרעגן, וועל איך עס לאזן דערביי, און איך וועל זיך נישט מטריח צו זיין אים צו מאכן דוקא אומגערעכט. אויף אזויפיל קענט איר טון, איר קענט פרעגן עני ריכטיגער מבין, וואס טוט באמת אין מטבעות און אין אנטיק, און יעדער וועט אייך דערציילן די ווארהייט.

א. מחצית השקל: א שקר גדול וגס וואס ער זאגט שטענדיג. ער פארקויפט עס פאר 25,000 $, זאגנדיג אז עס איז כמעט נישטא צו געפינען, ער האט נאך איינס איבערגעבליבן וכל הקודם זכה. איך גלויב אז ער האט זיכער מער פון איינס, ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק, אבער לאמיר זיך נישט קאנצערטרירן דערויף, לאמיר רעדן פונעם פרייז. א מחצית השקל קענסטו באקומען היינט פאר 8 ביז 10 טויזנט דאלער. נאכמער; ביז פינף צען יאר צוריק, האסטו עס געקענט באקומען פער 2 אלפים, נאר וויבאלד ער האט געהויבן די מארקעט, האט זיך די פרייז געהויבן, אבער דאס וואס ער פארקויפט עס פאר כמעט דאפלט, איז אן עוון בל יכופר.

ב. די רעדלעך פון די מצריים וואס 'ער' האט ארויסגענומען דורך 'זיינע' שיפן פון ים סוף: (אגב; ער האט ליב צו רעדן פון זיך און זאגן אז ער פארמאגט שיפן מיט זיינע מענטשן וכו' - ער האט נישט קיין שיפן און נישט קיין מענטשן, ס'איז גארנישט. ער קויפט אפ פון די ארכילאגישע גרופעס וואס ברענגען ארויף די זאכן, אבער לאמיר שוין נישט רעדן דערפון) די השערה פון די רעדלעך קומט פון דער ארכילאג ראן ווייעט, וואס ער האט עס כלומר'שט געפינען. דער ראן ווייעט איז א באקאנטע ליגנער און פאנטאזירער (מאך א סורטש אויף גוגל), ער האט שוין געפינען אומצאליגע זאכן, נאך וואס ער האט זיי אונטערגעלייגט, אבער ער קויפט עס אפ פאר גוט געלט.

ג. די צורה פון יוסף הצדיק: נישטא ווער ס'זאל לאכן...

ד. קטורת: ער פארקויפט עס פאר אסאך געלט, דוכט זיך 50 $, און זאגט תורות אז עס איז ארגינעל וכו', רעדט ווי א גאנצער מבין... נעם א רגע אראפ דער סטיקער פון דער מוזעעים, וועסטו זען אן אנדערן סטיקער פון א קאמפאני פון ארץ-ישראל, רוף זיי ביטע אפ, און פרעג זיי וויפיל זיי נעמען דערפאר און וואס זיי זאגן אויפן ליאזשנער רבי... איך לאז אייך מאכן די ריסערטש.

ה. שטיינער פונעם חושן: דוכט זיך אז אויך דארט איז פאראן א סטיקער, נישט נאכגעטשעקט, אבער שטיינער פונעם חושן קען מען באקומען פאר פיל ביליגער פון די פרייז וואס ער בעט.

וזה רק קצה הקרחון.

אבער יא, מיר זענען בהמות און מיר לאזן זיך פארפירן. מה לעשות. אבער נישט פאר לאנג... ס'איז שוין נייע צייטן, ס'איז שוין דא היינט אן אינטערנעט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:52 pm
דורך berlbalaguleh
חקרן: וואס פארשטייסטו נישט?! דער עולם (גולם) וויל גלייבן. ס'גייט קיינער נישט מאכן ריסוירטש. אונז אלע האמיר דאך געלערנט חומש. פון די מצריים וויאזוי זיי זענען איינגעזונקען אין ים סוף. וויל מען כאטש זעין די רעידלעך פון פרעה'ס וועגענער. ס'אמאל געוועין א איד וועלכער האטצעך בארימט אז ר'האט געזעהן ערגעץ אין א מוזעאום די הערנער פון פרעה'ס קיען. (די באקאנטע חלום פון פרשת מקץ(. האט מען איהם געפרעיגט. ס'איז דאך נאר געוועין א חלום??? תיקו. :roll:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 9:06 pm
דורך בן תמליון
יישר כוח חקרן יעדעס ווארט איז אמת ויציב. מען קען געבן נאך צענדליגער דגמאות ווי ער פארקויפט לאקשן פארן ציבור. דריוש המלך'ס שווערד וואס ער זאגט די מעט מיוזיום לויפט איהם נאך מיט א מיליאן דאלאר עס אפצוקויפן אבער ער האלט עס בשום אופן ביים פארקויפן. ער ווייזט אפילו פארן עולם גולם א בריוו מיטן אפער פון מעט. איך האב דערמאנט ווי ער בארויבט דעם ציבור תמימים מיט זעקס זשאנקער מטבעות פאר 600 דאלאר. מען דארף יא מפרסם זיין זיינע שקרים צו מציל זיין אידיש געלט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 9:09 pm
דורך חכם באשי
נישט געוואוסט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 9:19 pm
דורך בן תמליון
באשי ניכר הדבר אז איר זענט נישא באקאנט אין דעם פעלד ממילא ווייסט איר נישט וואס איר רעדט. לעאזנער איז בכלל נישט קיין שפילער אינעם אנטיק פעלד אלע עכטע דילערס שטייען אוועק פון איהם. ער לעבט פון זייגן דעם אומוויסנדן היימישן ציבור מיט שקרים און בלאף. אויב טוט איר נאר אביסל אינעם עכטן מארקעט און הערט און זעט וואס דער ליאזנער טוט גייט די בלוט ארויף אין קאפ.