בלאט 1 פון 1
א גוט קוויטל...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 11:22 am
דורך חכם באשי
דער ש"ץ מיטן קיטל,
ממליך ג-ט המלך א טיטול,
שרייט הושענא די גזירות בטל ומבוטל,
ס'זאל זיין א גוט קוויטל.
מיין קוויטל האב איך געגעבן,
איבער'ן גאנצן חודש פון פארגעבן,
און אזויפיהל פדיון אויסגעגעבן,
וויפיל ס'קאסט א אידישע לעבן.
יעצט בעט איך ג-ט ביי דיר,
געב די א פדיון פאר מיר,
פרנסה אן א שיעור,
נחת ושמחה תדיר.
א גוט קוויטל.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 12:37 pm
דורך קינות גירושין
כבין אין מיין לעבן נאך נישט געווען ביי א רבי סא ווייס איך נישט, איז נאך דא היינט אזא מין זאך אז מגעט א פדיון פאר א רבי, אדער סאיז נאר געווען אמאל אין די צייטען ווען מהאט געשריבן די ביכער?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 12:42 pm
דורך חכם באשי
איר מאכט מיר לאכן... קינות'ל.
יו בעט מ'געט א קוויטל מיט א פדיון. אבער א פדיון. קעש געלט. נאו גיממיקס.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 1:05 pm
דורך פרישער
הושענא למען אפאר מיליון דולר הושענא
הושענא למען ביליון דולר הושענא
הושענא למען געזיליון דולר הושענא
הושענא למען דריליון דולר הושענא
הושענא למען הימל ערד און געלט הושענא
הושענא למען ווי איז מיין געלט הושענא
הושענא למען זיי אזוי גיט און אהער מיטן געלט הושענא
הושענא למען חאף מיר אפאר טולר הושענא
הושענא למען טו א טובה און געב מיר אפאר דולר הושענא
הושענא למען יודישע קינדער הושענא
הושענא למען כאפ מיר אריין אפאר מיליון הושענא
הושענא למען למען אפאר מיליון הושענא
הושענא למען מיליון דולר הושענא
הושענא למען נו !! שוין א מיליון הושענא
הושענא למען סוכות וואס קאסט אזוי סאך הושענא
הושענא למען עטליכע מיליון הושענא
הושענא למען פאר א גיט יאר געב שוין אהער הושענא
הושענא למען צים וויפילטע מאל געשוין הושענא
הושענא למען קים רייט עוועי מיט מיליונען דאלארן הושענא
הושענא למען רבעלעך וואס דארפן געלט הושענא
הושענא למען שיק מיר אפאר מיליון הושענא
הושענא למען תינוקות של בית רבן וואס קאסטן מעליאנעס הושענא
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 1:08 pm
דורך חכם באשי
[tag]פרישער[/tag]!!!!!!!
גאנץ יום טוב נישט אזוי צאמגעלאכט! און, וואונדער איבער וואונדער, ס'שטימט אפילו לויט'ן סדר א"ב... מוז זיין תורת אמת.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:41 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:27 am
דורך טעפל
יארמא רב שליט"א דערציילט אז ער איז איינמאהל געווען הושענה רבה אין סאטמער און געהערט וואו מ'זאגט אהבה רבה מיט'ן ניגון המקובל און ער זעהט ווי ס'גיסן זיך טייכן טרערען, און וואנדערט זיך וואס וויינט מען אזוי שטארק? הערט ער אינטער ביי איינעם ווי יענער זינגט מיט'ן ניגון המקובל "מיליאן דאלער אויפן נייעם יאר, מיליאן דאלער אויפן נייעם יאר"..
נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2015 4:21 pm
דורך געוואלדיג
שוין, זאל מיר טאקע האבן א גוט קוויטל.