בלאט 1 פון 1

נשוך נא, למענך, נשוך נא.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 11:35 am
דורך [NAMELESS]
אין די היסטאריע וועט פארשריבן ווערן די לעגענדארע סלאגאן אראפ מיטן פיטום א סלאגאן וואס איז געקומען מעמקי המח ומנהמת לב, און האט געטוישט די דירעקציע פון היסטאריע!

ווייניג זענען די סלאגאנען וואס האבן אזוי שטארק געטוישט די גאנג פון היסטאריע, צווישן די סלאגאנען ציילן זיך "מר. גארבאטשאוו נעם אראפ דעם וואנט" פון רעיגן, "א גוטן מועד" פון שלמה דער שמש, און "ווי איז די דעקל פון די גרעיפ דזשוס" פון פעסטער רב, אין אט די גאלדענע גאלעריע גייט אריין די סלאגאן "בייס אראפ דעם פיטום"!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

בייס אראפ דעם פיטום האט אפגעקלינגען אין די קארידארן פון יוסטיץ, גרויסע יוריסטן האבן איר באוואונדערט, זי האט געהאט א גאר גרויסן אפעקט אין די וועלט פון מענטאל העלט און פסיכאלאגן און רופאי נפשות האבן געשטוינט, און פארשטייט זיך אז אין די מקוואות, שמש שטיבל, ביתו נאוה קודש און פארן זייטלעך האט זי געטוישט אלעס!

געווען איז דאס אין א פינסטערע צייט ווען די וועלט איז געשטאנען פארלוירן, חולי נפש ואכזרי לב זענען עומד ומלסטר את הבריות, אן אינסייד פאול ביים רב המקוואות האט געטענהט אז דריי הונדערט פראצענט פון אלע מלמדים מאלעסטן מיליאנען קינדער, און עס איז נישטא קיין עצה, זאל מען לייגן אין טורמע פאר יעדע איינציגע ? איז דאך יכלו הזמן וימלאו אסמי סוהרינו שבע, והם לא יכלו, שופטים האבן געבראכן קאפ, עסקנים האבן פרובירט, רבנים האבן געגעסן טרויבן על מדוכה זו ולא נחו דעתם ביז ווי מיט א שטורעם ווינט איז איינער געקומען מיט אן עצה פון הלכות לולב, און אריינגעשריגן "בייס זיי אפ דעם פיטום"

דאס וואקעלדיגע קאר איז אפגעראטעוועט געווארן דורך דעם געטרייען דרייווער!

יעצט, הושענא רבה, ווען מען פירט זיך אז די נשים צדקניות בייסן פיטומ'ם, צו מתקן זיין............ נו, לאמיר נישט פאר מאחורי'נען, איז כדי צו זאגן די תפלה:

"הנני מקיים מנהג נשיכת הפיטום על דעת כל הצדיקים הקודמים, ועל דעת המנהיג, וכשם שאני מנשך פיטום זה כן יינשכו כל הפיטומים המפוטמים והמהורמנים של מלסטרי הבריות, כל פיטומיהם יהיו בטלים ומבוטלים, לא שרירין ולא קיימין, ובני ישראל יינצלו מהם ומהמונם", ובשעת הנשיכה ישאג "אראפ מיטן פיטום".

און אויב קען מען נעמען בשעת הנשיכה דעם באמפער סטיקער וואס מען האט בשעתו פראדוצירט, הנה מה טוב ומה נעים ונאמר אמן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 11:40 am
דורך איך אויך
נר מצווה פארקויפט שוין מאלעסטערס?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 11:46 am
דורך אביגדור
אוי קופערניקוס!!!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 12:07 pm
דורך קאווע טרינקער
להחזיר העטרה...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 12:11 pm
דורך [NAMELESS]
כלום יכול אדם להחזיר ללא הסרה, הפה שהסיר....

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 1:11 pm
דורך חכם באשי
.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 2:11 pm
דורך הוגה
אויך אין די סליחות לעיו"כ שטייט פארקערט, מען זאגט "סמוך נא הנשכים שלך ידך להקימם"....... :o

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:31 am
דורך טעפל
[tag]קופערניקוס[/tag], מיין ב"ב שיקט א ישר כוח, זי זאגט זי האט קיינמאהל נישט געוואוסט וואס צו זאגען בשעת נשיכת הפיטום, וע"כ ישר כח קאמינא לרב דקופירנתא!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:27 pm
דורך פרישער
אט איז פארענטפערט געווארן א שווערע מאמר חז"ל
פיטמא לחצאין כשירה
לשליש ורבוע לא שמענו
זה הכלל אם כמידתה כשירה לחצאין
ואם חיסר חייב מיתה

נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2015 7:33 am
דורך יואב
אויפגעוועקט!

Re: נשוך נא, למענך, נשוך נא.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 22, 2016 9:40 pm
דורך ביליג
יואב האט געשריבן:אויפגעוועקט!

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 22, 2016 10:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
קלער איך צו זאגן אז די סיבה מ'בייסט אפ די פיטום, איז לרמז אז היות די פרוי איז שוין מעוברת ברויך מען מער נישט די פיטום. קען גאר זיין ס'שטייט אין צאינה וראינה הוצאות בית רחל.

Re: נשוך נא, למענך, נשוך נא.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 22, 2016 10:10 pm
דורך ביליג
קרוב לאמת ממש !

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2016 2:52 am
דורך געוואלדיג
ס׳הייסט ברויך מען מער נישט דעם פיטום?! ״ולערב אל תנח ידך״

נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2016 10:39 pm
דורך אייז קריעם
מציצה בפה