בלאט 1 פון 1
איז "לחיים" מייחס שפרה לאווען'ס ניגון צו יו"ט ערליך?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:07 pm
דורך עסקן בדברים
"לחיים הפקות" האט לעצטענס ארויסגעגעבן א נייע זמירות אידישע ניגונים. זיי נוצן שפרה לאווען'ס ניגון "הערצעלע מיין." וויבאלד מרס לאווען איז מיר נישט אורטודוקסיש, האבן זיי אין א שרעקליכע מיאוס'ע שריט מייחס געווען איר ליד צו יו"ט ערליך. מרס לאווען זאגט אז יוסף משה כהנה איז געווען ביי איר אין מאנטריאל און באצאלט א מינימאלע פרייז פאר ניצן אירע ניגונים. פארשטייט זיך איז גארנישט דערמאנט געווארן וועגן אוועק'גנב'נען איר קרעדיט פון זיין די מחברת
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:14 pm
דורך outspoken
הערצעלע מיין,
די האסט א וואונדער קראפט אין דיר,
א שליסעלע א קליין.
וואס אלצדינג ווערט ארויסגעברענגט נאר דורך דיר.
דאס רצון אויב ס'פעלט, קען איך נישט געבן זיך א קער.
און ווען די גיבסט עס מיר, דארף איך גאר קיין סאך מער.
ווייל אויב דיין רצון איז פעסט,
וועט זי אפי' ברעכן אייזן,
און דאס שווערסטע וועל איך מיט איר באווייזן.
און אויב דיין רצון איז פעסט.
קען איך אלעס דורך שווימען,
און קיין זאך איז מעגליך נאכצוקומען.
--
דאס אלעס סיי וועלכע שווערע וועג,
און נאך שלאפלאזע נעכט און טעג.
נישט קיין חילוק ווען,
מיט דיין רצון מען קען,
גאר פארגעסן,
אלע אינטערעסן.
און דיין ווילן געט כח אויך,
מקבל זיין אלץ ווי מען ברויך.
און סבלנות שטיל,
רחמנות האבן פיל,
און פון זיך געבן אן א גבול.
--
ווייל אויב דיין ווילן איז שטארק,
מעג עס דינערן און בליצן,
און קיין זאך וועט קענען שטערן מיר,
און אויב דיין ווילן איז שטארק.
וועלן קיין תירוצים ניצן.
פון מיין באשלאס צו געבן זיך א ריר.
--
געדענקן דאס אבער גוט,
א שוואכע ווילן גארנישט טוט,
א רצון וואס איז פויל,
עס בלייבט נאר רייד אין מויל.
און קיין מעשים קומען נישט דערמיט.
אויב עס איז נישט באמת פעסט,
גארנישט אויספירן די וועסט,
זי וואקעלט און פארשווינד,
צום בלאז פון יעדער ווינט.
און צום סוף פון איר מען פארגעסט.
--
עשה רצונו כרצונך
כדי שיעשה רצונך כרצונו
בטל רצונך מפני רצונו
כדי שיבטל רצון אחרים
מפני רצונך
--
אוי הוי.
טאטע זיסער אין מיין הארץ געגעבן,
האסטו דאך רצונות פיל ערליי,
און איך וויל אין דיר באמת שטרעבן.
אויספירן א יעדן איינס פון זיי.
איך וויל.
אלעמאל געזונט זיין פריש און מונטער,
מיט בלוט און שמחה קענען דינען דיר,
ביישטיין אין אלע גוט ביי וואס קומט אונטער.
און איך בעט באשעפער העלף מיר.
איך וויל.
די קינדער מיינע קענען גרינג ערציען,
מיט שיין פרנסה רואיג נערן זיי,
אין תורה וואקסן און מיט מידות בליען.
די זכיה שענק מיר טאטע'ניו געטריי.
--
אוועק פון גוטע האר,
איך ווער אנטוישט און פיל מיט צער,
ווען איך האב נישט דערגרייכט,
מיין שטרעבן נישט עררייכט,
ווייל די מיטלען כ'האב נישט געהאלטן פאר.
איך וויל טאטע טון פאר דיר,
וואס דיין רצון פארלאנגט פון מיר.
שענק מיך ביטע די מעגליכקייט דערצו.
צו קענען שאפן דיר נחת פיל.
--
אוי אוי.
יודעלע מיין טייער איך פארשטיי דיר,
אין העכסטן שטייגער ווילסטו דינען מיר.
איך בעט דיר אבער ווייס אז מיין באגער,
איז טאקע זאלסט מיר דינען מיט דיין שטער.
ס'שווער.
דאס וויל אבער דער באשעפער דיינער,
דאס איז ריכטיגע רצון ה',
מקבל זיין זאלסטו הנהגה זיינער.
און מיט דעם וואס ער געט דיר דינען אים.
נאכמער.
געשטעלט האט ער דיר דווקא מיט השגחה,
מיט דיין כשרונות מידות און נאטור,
באשערט דיין וואוין ארט און אויך דיין משפחה.
און דאס איז דיין עבודה טאקע דאס.
רצון ה' איז דיין עבודה טאקע דאס
הערצעלע מיין,
די האסט א וואונדער קראפט אין דיר,
א שליסעלע א קליין.
וואס אלצדינג ווערט ארויסגעברענגט נאר דורך דיר.
טאטע'ניו באגליק,
סייעתא דשמיא פאר טריט און שריט.
איך זאל נאר וועלן,
דיין ווילן צופרידן שטעלן.
from ivelt
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:38 pm
דורך משה געציל
לכאורה מיינען זיי די מקורות פוןן ביידע ניגונים זענען די זעלבע, יא [tag]יואליש[/tag]?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:43 pm
דורך ונבנתה העיר
מיינט נישט 'לחן' א tune?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:48 pm
דורך עסקן בדברים
זייער א גוט פונקט
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:50 pm
דורך משה געציל
די Tune איז יא פון ר' יו"ט ערליך?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:56 pm
דורך יואליש
ווי קען מען הערן דעם ניגון? דאס פיוט איז זיכער נישט יו"ט עהרליך. ס'איז אפי' נישט זיין שניט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:58 pm
דורך יאיר
משה געציל האט געשריבן:די Tune איז יא פון ר' יו"ט ערליך?
איך קען נישט אלע עהרליך'ס ניגונים, אבער איך מיין אז דאס איז נישט זיין ניגון.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:06 pm
דורך זר זהב
און דאס אז שלמה קארלבאך'ס ניגונים וואס ער נוצט קרעדיטירט ער עפעס איינעם 'עממי'.. איז אויך א פארברעך. אויב איז ער דיר נישט גענוג ערליך דאן זינג נישט זיינע ניגונים. שעים
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:06 pm
דורך outspoken
ווי אזוי האט דער (שוואכער) בדחן געזאגט, ''יענקעל מיללער איז געפארען אויפן ערעפלען''...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:07 pm
דורך געפילטע פיש
יואליש האט געשריבן:וואו קען מען הערן דעם ניגון?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:11 pm
דורך יידל
עס הערשט דא א שטיקעלע צעמישעניש. די מעשה איז ווי פאלגנד. די פאעמע "הערצעלע מיין" האט פארפאסט די געוועזענע טאהשע פרוי, שפרה לאווען. ווי לאווען שרייבט אויף פעיסבוק האט יוסף משה כהנא אפגעקויפט פון איר די ווערטער (לויט ווי כ'האב פארשטאנען איז די ציל געווען דאס צו נוצן אויף א לחיים טעיפ). עס איז גוט באקאנט אז אין היימישע אלבומען, אדער עכ"פ אין לחיים אלבומען וועלן קיינמאל נישט געבן קרעדיט פאר א פרוי פאר א קאמפאזיציע אדער ליריקס. עס איז דעריבער מסתבר אז ווען לאווען האט פארקויפט די פאעמע פאר כהנא איז געווען פארשטענדליך אז כהנא וועט עס נוצן אן געבן קרעדיט פארן מחבר. די חוצפה פון כהנא איז נאר אין עס אנלייגן אויף יו"ט ערליך.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:44 pm
דורך עסקן בדברים
יידל האט געשריבן: די חוצפה פון כהנא איז נאר אין עס אנלייגן אויף יו"ט ערליך.
למעשה זעה איך אויף Facebook אז דער tune איז טאקע פון יו"ט ערליך, ממילא איז דאס נישט דער עולה
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:47 pm
דורך יאיר
וועלכע ניגון?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:59 pm
דורך עסקן בדברים
איך ווייס נישט
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 11:34 am
דורך מאנדלבאום
בכלל דא א צומישעניש,
אין "דאס אידישע הארץ" איז אדרעסירט לחן: עתיק יומין, מילים: אין מילים...
אין "דאס אידישע געזאנג" ווערט אדרעסירט לחן: הרב יו"ט ערליך, מילים: ש.ק. לאווען.
די פייל די זעלבע פראדאקשן און ארום געטיילט אין כמה פון זיינע סידי'ס.
רצון - "דאס אידישע הארץ"רצון - "דאס אידישע געזאנג"אליבא דאמת, איר האט בכלל פון גאר א דריטן סידי'ס מיטן זעלבן ניגון.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 2:01 pm
דורך גלות יוד
תכלית וועמענס tune איז דאס איך געדענק נישט אזא tune פון ר' יום טוב ערליך
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 2:21 pm
דורך מאנדלבאום
איך געדענק אויך נישט,
אבער כדרכו של כהנא, וואס טראנספארמירט ניגונים פון סולת צו תבן, מעגליך אז פשוט מען דערקענט דאס נישט.
נאך אן אפשרות,
כידוע איז כהנא ווייט נישט נאמן מיט די מקורות זיינע, אמאל ביודעים און אמאל בלא יודעים,
ממילא איינמאל האט ער עס 'אנגעשמירט' אויף ר' יו"ט'ן, און איינמאל עפעס א פארהוילן "עתיק יומין"...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 12:39 pm
דורך שמן למאור
איך זע אז די אשכול דא איז געבליבן אומגעענדיגט. עס פעלט אינפארמאציע.
די ניגון אליינס (די tune) האט
"נישט" מחבר געווען ר' יו"ט ערליך. די ניגון איז א אלטע קארלינע ניגון וואס איז באוויסט אין די הויף אלטס
"ניגון מגן אבות" און מען זינגט עס פרייטאג צונאכטס.
כפי הנראה, היות די ווערטער פון די לחיים ווערסיע "רצון" האט שפרה לאווען געשריבן, און יוסף משה כהנה האט געזוכט אויף וועמען ארויפצופאקן די גאנצע מעשה, האט ער אויסגעוועלט ר' יו"ט ערליך וואס איז דאך געווען א סטאלינער כידוע, און האט דאך אויך געמאכט אידישע ניגונים.
נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 2:36 am
דורך שמן למאור
כ'האב ארומגעזיכט אויפן געוועב און נישט געטראפן דעם ניגון וואס מען רעדט דא וועגן, האב איך עס דא ארויפגעשטעלט. איך גיי באנאנעס פאר דעם געוואלדיגן ניגון.
https://t.me/kaveshtibelchat/982
נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 4:24 am
דורך מרדכי מרדכי
שמן למאור האט געשריבן:איך זע אז די אשכול דא איז געבליבן אומגעענדיגט. עס פעלט אינפארמאציע.
די ניגון אליינס (די tune) האט
"נישט" מחבר געווען ר' יו"ט ערליך. די ניגון איז א אלטע קארלינע ניגון וואס איז באוויסט אין די הויף אלטס
"ניגון מגן אבות" און מען זינגט עס פרייטאג צונאכטס.
כפי הנראה, היות די ווערטער פון די לחיים ווערסיע "רצון" האט שפרה לאווען געשריבן, און יוסף משה כהנה האט געזוכט אויף וועמען ארויפצופאקן די גאנצע מעשה, האט ער אויסגעוועלט ר' יו"ט ערליך וואס איז דאך געווען א סטאלינער כידוע, און האט דאך אויך געמאכט אידישע ניגונים.
שכוח פארן ברענגן די ניגון, קוק מער ארויף אינעם אשכול וועסטו זעהן אז זי באקומט יא קרעדיט אויף די ווערטער.
נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 10:00 am
דורך צקון לחש
און דא איז די ליד מפורש יוצא מפי, ולב, הרבנית היקרה תחי'.
https://youtu.be/ziDJF3qymSo?list=PLTMB ... zRJoMWob7W
נאכגעפאלגט מיט הייליגע דברי השקפה והתעוררות.