בלאט 1 פון 1
טריפ צו נייאגרא פאלס
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:38 pm
דורך עמוס
א גוטן טייערע ברידער,
איך גרייט זיך צו פארן קיין נייאגרא פאלס פאר א קורצע וואקאציע פון עטליכע טעג. איך וויל בעטן די וואס האבן עקספיריענס זאלן מיר ביטע ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע איבער ווי אזוי צו פלאנען דעם טריפ. צום ערשטן וואלט איך געוואלט וויסן ווי אזוי איז די בעסטע וועג אנצוקומען אהין, מיט די עמטרעק אדער מיט אן עראפלאן (איך דרייוו נישט). אזוי אויך וויל איך וויסן ווי נאך מען קען באזוכן אויסער די וואסערפאלן. ולמצוה גדולה יחשב.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:35 pm
דורך עמוס
איך זע אז דער עולם איז פארנומען מיט וויכטיגערע זאכן ווי מיין טריפ, פארט ברענג איך נאכאמאל ארויף דעם אשכול מיט'ן ציל אז אויב געפינט זיך עמיצער וואס האט דאס נישט געזען זאל ער קענען מגיב זיין. תזכו למצוות.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:38 pm
דורך זר זהב
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:40 pm
דורך עמוס
א גרויסען דאנק, הרב זר זהב.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:14 pm
דורך שושן פורים
האסטו נישט קיין צייט איז די בעסטע עצה די פליגער , א 3/4 שעה אין די לופט און ביזט דארט , אויב האסטו צייט איז די טרעין זייער א שיינע וועג, עס דויערט אבער 11 שעה בערך
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 8:29 pm
דורך שמעקעדיג
11 שעה מיט א טרעין? א וועג וואס נעמט ארום 6 שעה מיטן קאר?
וועלכע טרעין? וואו פארט מען ארויס און וואו סטאפט עס?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 9:29 pm
דורך אכשיר דרא
איך בין געווען דארט מיט אפאר יאר צוריק
א הערליך פלאץ! שיינע פלעצער צו באזוכן!
דארט איז דא א חב"ד'סקער רעסטוראנט, אין מיינע צייטן איז די כשרות געווען זייער שוואך (איידל גערעדט) גיב אכטונג פארן עסן ווער עס גיבט די הכשר
עס איז געווען גרויסע צרות ווען איך בין דארט געווען
פאר שלום בית סיבות איז זייער געראטן צו גיין באזוכן די "זומער פויגל מאזעאום"
אוי וועט זי שפרינגען פון יעדע באטעפליי
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:43 am
דורך טעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:11 שעה מיט א טרעין? א וועג וואס נעמט ארום 6 שעה מיטן קאר?
וועלכע טרעין? וואו פארט מען ארויס און וואו סטאפט עס?
AMTRAK
http://www.amtrak.com/servlet/ContentSe ... e&code=NFL
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 12:43 pm
דורך ל.רוזן
איך בין געפארן מיט jet blue עס איז בערך $80 א וועג פון JFK צו באפעלוי, די וועג איז בערך א דריי פערטל שעה, און די וועג צוריק דארף מען נישט צו לאנג ווארטן אין די עירפארט (ווייל עס איז א קליינע עירפארט). איך בין אנגעקומען א דריי פערטל שעה פאר די פליגער האט זיך געהויבן.