ישראל ואורייתא VS תורתך שעשועי VS דרשו

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1031 מאל

ישראל ואורייתא VS תורתך שעשועי VS דרשו

שליחה דורך פרישער »

ישראל ואורייתא VS תורתך שעשועי VS דרשו

אקעי דער זימער איז אפיציעל פארביי, אלע ימים טובים זענען פון אינטער, נישטא מער קיין תירוצים, מען גייט זיך זעצען לערנען, צוריק צום אלטען, נו!! וואס זאל איך לערנען, וועלכע גמרא זאל איך ארויסציען,

ביז היינט האב איך שוין מערערע יארן געלערנט דעים דף היומי, אבער איך מיז זאגען אז כאטש איך האב געלערנט, האב איך דא דארט אויסגעלאזט, נישט אזוי געפעלעך עס קימט נישט צו צי נישט לערנען,

אבער וואס שטערט מיך מיטן דף איז, אז גארנישט פאסירט נישט אויב לערן איך נישט, און ערגער פון דעים שטערט מיך, אז איך מוז נישט קענען, אז איך זעי א גמרא וואס איז מיר נישט אזוי צום הארצען, נישט געפערלעך מארגען איז נאך א טאג מיט נאך א דף, צוריק קוקט א קאזאק,

איך וויל דא אנאליזירן אנדערע לערן פראגראמען א שטייגער ווי ישראל ואורייתא אדער דרשו אדער תורתך שעשועי,

לויט ווי איך קלער אויבן אויף איז דרשו מיטן דף היומי געבינדען, דהיינו אז דרשו גייט לויטן סדר הדף, עס פארענטפערט טאקע דער חלק אז עס איז נישט דא קיינע מעשיות מען מוז קענען, ווייל מען פארהערט, עס איז דא בחינות

די מעלה פון א בחינה איז אן קיין שאלה אז א בחינה אויב מען נעמט עס איז אינגאנצען אנדערש דאס לערנען, ווען איינער לערנט אויף צו קענען איז אינו דומה צו איינער וואס לערענט ווייל ער מוז לערנען היינט א דף, אבער אויב איז עס צו שווער צו לערנען מחמת קוצר הזמן איז לכאורה יצא שכרה בהפסידה, און ווען מען בלייבט אינטערשטעליג איז ביטער מען ווערט זייער צוקלאפט, צו לערנען דרשו איז מער ווי א קאמיטמענט, עס איז מער א ענין פון ממית עצמו עליה, מען ברויך זיך דערהארגענען דערפאר, אשרי מי שזוכה, משום זה קלער איך אז דרשו איז ביטער שווער פאר א בעל הבית און איז נישט כדאי צו אריין לאזען זיך אין אזעלכע שווערע ענינים.

ישראל ואורייתא איז לכאורה זייער א שיינע לימוד עס איז דא פיל הילף פון דו באערדע פינעם מבצע, שיעורים אלל אווער, אויך אויפן טעלעפאן, כל ערליי חזרה אויף צו קענען, אבער צו איז דא א בחונה על הסדר, דאכצעך אז נישט, און דאס איז לכאורה א גרויסע פראבלעים, אזוי ווי שוין אויבן דערמאנט.

תורתך שעשוע האט דו מעלה אז עס איז נישט אזוי שווער ווי דרשו, אבער האט א שטארקע בחונה סיסטעים, על כן אויבן אויף וואלט עס געוועין א געוואלדיגע זאך.

איך זיך מער דעטאלען און אינפארמאציא, א לוח ווי און שס זיי האלטן איצט, איז שוין דא אשכולות אויפן עניון, מיין זיך האט נישט געפינען קיין געהעריגע אפהאנדלינג, ווייסט איינער עפעס מער איבער דער ענין?

דער עיקר איז לערנען אויף צו געדעינקען, לערנען אבי וועפט אויס מיט דו צייט,

בחינות איז לכאורה דו וועיג צו גיין

וואס האלט דער עולם,
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר