בלאט 1 פון 2

פארלירן וואג:עצות און קאנטעסט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:55 pm
דורך outspoken
איסרי חג, מ'שטייט אויף שרייט די ווייב 'פארגעס נישט היינט הייבט זיך אן דיין דייעט, קאלט מען אן קול מבשר צו הערן די וועטער, הערט מען ביידע אדווערטייזמענטס וועגן דייעט, קומט מען אריין אין ארבייט הערט מען ווייטער דייעט.

ד' דברים צריכים חיזוק, און דייעט איז זיכער איינס, וואלט געווען א גוטע זאך צו מאכען א קאנטעסט, און ווער ס'פאלירט די מערסטע באקומט פון יעדען א ''לייק''

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:03 pm
דורך מ גפני
א חוץ לייקן דארף אויך ווערן געשריבן עצות וויאזוי צו פארלירן די איבעריגע פונטן

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:07 pm
דורך איך אויך
איך בין אין.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:12 pm
דורך רויטע וואנצעס
מ גפני האט געשריבן:א חוץ לייקן דארף אויך ווערן געשריבן עצות וויאזוי צו פארלירן די איבעריגע פונטן


כ'האב ערגעץ געזעהן איך געדענק נישט יעצט פונקטליך ווי, אז די בעסטע עצה איז צו עסן ווייניגער.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:16 pm
דורך גאלד
טיפ: עס נארמאל פרישטאג, בדוק ומנוסה,

ס'נישט קיין כלל און אוואדי נישט די ענטפער פאר אלעם, אבער ס'גוט פאר א סטארט, און ס'געזונט אויך,

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:20 pm
דורך outspoken
אויך זייער וויכטיג, נישט עסען נאך נאכטמאל.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:21 pm
דורך זר זהב
אויך זייער וויכטיג נישט צו עסן דאונאטס מיט קאסטערד דזשעלי

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:23 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין אויך אין.

נישט קיין נייעס, אבער דאך צו מאכן א שנעלן איבערזיכט:

עסן נארמאל פרישטאג, בעיקר אסאך גרינצייג און פראוטין, ווייניג סטארטש און ווייניג צוקער.
טרינקען לכה"פ 8 גלעזלעך וואסער איבערן טאג.
האלט אייך צוריק פון קעיקס און קוקיס ווי מער מעגליך.
מאכן לכה"פ 10-15 מינוט עקסערסייז, אפילו א שנעלע וואק קען זיין גענוג.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:50 pm
דורך [NAMELESS]
א גיטע וועבסייט. מ'קען פארדינען (אדער פארלירען) געלט ביים גיין אויף א דייעט
Fatbet.net

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:17 pm
דורך היימישער ליטוואק
איך פארליר וואג דורך עסן ווייניגער פלייש, טרינקען וואסער, און גיין/לויפן צו ישיבה אנשטאט פארן מיטן באס/קאר

פארוואס פארלירען וואג?!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:54 pm
דורך אפטעמיסט
לויט מיינע ידיעות, איז זיין פעש אין די צייטן פון די גמרא פארעכענט געוועהן אלס שיין. בכלל, אויב וועט איר פארלירן וואג וועט איר אויך פארלירען דער פריוויליגיע פון קענען שלאפען פרקדן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:09 pm
דורך רויטע וואנצעס
8 פונט סא פאר. (עסן ווייניג, נישט שפעט, בייקין ווי א ממזר)

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:44 pm
דורך outspoken
3 פונט, עסען 3 סעודות און 2 פרוכט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 11:44 pm
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 12:15 am
דורך ודי למבין
11 פונט זייט ר"ח חשון
לאו קארב דייעט אין די Sprint 8 עקסערסייז פראגראם

מער איבער ספרינט 8 http://www.visionfitness.com/content/sprint-8

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:28 pm
דורך רויטע וואנצעס
וואס איז נייעס?

ביי מיר איז די דייעט אין פילן שוואונג. איך בענק נאך מיין טעגליכע טשאקלאד באר :(

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:31 pm
דורך ברסלבער
עס איז אנגענומען ביי אידן אז אסרו חג סוכות הויבט מען אן א דייעט, אנדערע פירן זיך צו ווארטן ביז נאך זאת חנוכה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:31 pm
דורך פארוואס?
אפטעמיסט האט געשריבן:לויט מיינע ידיעות, איז זיין פעש אין די צייטן פון די גמרא פארעכענט געוועהן אלס שיין. בכלל, אויב וועט איר פארלירן וואג וועט איר אויך פארלירען דער פריוויליגיע פון קענען שלאפען פרקדן.


הכא בקטלא עסקינן דאשה חונקת את עצמה דניחא לה שתראה כבעלת בשר:
(שבת נז, ב).

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:55 pm
דורך חכם עתיק
פארוואס? האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:לויט מיינע ידיעות, איז זיין פעש אין די צייטן פון די גמרא פארעכענט געוועהן אלס שיין. בכלל, אויב וועט איר פארלירן וואג וועט איר אויך פארלירען דער פריוויליגיע פון קענען שלאפען פרקדן.


הכא בקטלא עסקינן דאשה חונקת את עצמה דניחא לה שתראה כבעלת בשר:
(שבת נז, ב).


אפשר פארטייטשסטו בדרך פרד"ס.

וויאזוי פארשטייט מען סתם אזוי א פרוי זאל וועלן זיין א בעל בשר? (אפשר אויף געוויסע מקומות בגוף)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:58 pm
דורך חכם עתיק
ודי למבין האט געשריבן:11 פונט זייט ר"ח חשון
לאו קארב דייעט אין די Sprint 8 עקסערסייז פראגראם

מער איבער ספרינט 8 http://www.visionfitness.com/content/sprint-8



די צוויי אסאסיעטן זיך? לאו קארב מיט ספרינט 8

אדער א מייזליש צוזאמשטעל?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:17 pm
דורך סאשי פיש
חכם עתיק האט געשריבן:אדער א מייזליש צוזאמשטעל?

יא
פאר מער זעט דא
viewtopic.php?p=152172#p152172

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:22 pm
דורך לית דין בר נש
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ביי מיר איז די דייעט אין פילן שוואונג. איך בענק נאך מיין טעגליכע טשאקלאד באר :(

רויטע י"ו לא"ק ס"א גו"ד
די דארפסט נישט קיין דייעט העכסטענס דיי דיר די האר און אלס וועט זיין גוט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:27 pm
דורך רויטע וואנצעס
דאס איז אויך א דיי-איט.