בלאט 1 פון 1

פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 8:26 pm
דורך יידל
עס איז דא אסאך וואס צו רעדן איבער דעם מערסט-באניצטען סאציעלער מידיא געצייג, סיי כלפי די נוצליכקייט דערפון און סיי כלפי די רוחניות'דיגע חלק שבו, און מען קען אנפולען גאנצע בלעטער דערויף און נישט ענדיגן. איך פערזענליך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון פעיסבוק, פשוט ווייל איך שפיר אז זיין אנאנים אויף פעיסבוק איז ווערטלאז, און ווידעראום זיך אידענטיפיצירן איז דערווייל נישט קיין אפציע.

איך האף נאך אסאך צו שרייבן איבער פעיסבוק, זיי פון א מאטעריאליסטישע שטאנדפונקט און זיי פון א רעליעגעזע שטאנדפונקט, אבער דערווייל וועל איך זיך מסתפק זיין מיטן לינקן צו א געוואלדיגן ארטיקל איבער פעיסבוק, ווי דער שרייבער, הרב גיל סטודנט, ברענגט ארויס אז פעיבוק איז סך הכל א כלי און קען גענוצט ווערן להרע ולהיטיב כחומר ביד היוצר. ליינט און האט הנאה.
http://www.aish.com/ci/s/The_Facebook_Challenge.html

Re: פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 8:28 pm
דורך שמואל הלוי
קאווע שטיבל אויף פעיסבוק
http://www.facebook.com/profile.php?id=100003790682917

Re: פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 8:33 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:קאווע שטיבל אויף פעיסבוק
http://www.facebook.com/profile.php?id=100003790682917

און די הנהלה האט גארנישט געמאלדן אז זיי זענען אויף פעיסבוק? היתכן?!

Re: פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 8:34 pm
דורך שמואל הלוי
איך וואונדער זיך אויך

Re: פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 8:48 pm
דורך ידען
מע האלט סודות פון אייגענע קינדער?!

איך דערמאן מיך ווען מיינע עלטערן האבן זיך געסודלט אונטער מיין אויער... צום סוף האב איך סייווי אויסגעפינען און דערציילט די געשוויסטער... אזוי ווי שמואל האט געטוהן...

Re: פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 8:54 pm
דורך Java
די פעיסבוק בלאט צו וועלכע שמואל הלוי האט געלינקט האט גארנישט מיט אונזער פארום. מיר האבן צוליב דעם יעצט געעפנט א פעיסבוק בלאט: facebook.com/kaveshtiebel מיר פלאנען אבער דערווייל נישט צו מעלדן דארט הודעות. נאטיפיקאציעס איבער קאווע שטיבל אנגעלעגנהייטן שיקן מיר אויף טוויטער twitter.com/kaveshtiebel

Re: פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 9:43 am
דורך שרגא
יידל האט געשריבן:עס איז דא אסאך וואס צו רעדן איבער דעם מערסט-באניצטען סאציעלער מידיא געצייג, סיי כלפי די נוצליכקייט דערפון און סיי כלפי די רוחניות'דיגע חלק שבו, און מען קען אנפולען גאנצע בלעטער דערויף און נישט ענדיגן. איך פערזענליך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון פעיסבוק, פשוט ווייל איך שפיר אז זיין אנאנים אויף פעיסבוק איז ווערטלאז, און ווידעראום זיך אידענטיפיצירן איז דערווייל נישט קיין אפציע.

איך האף נאך אסאך צו שרייבן איבער פעיסבוק, זיי פון א מאטעריאליסטישע שטאנדפונקט און זיי פון א רעליעגעזע שטאנדפונקט, אבער דערווייל וועל איך זיך מסתפק זיין מיטן לינקן צו א געוואלדיגן ארטיקל איבער פעיסבוק, ווי דער שרייבער, הרב גיל סטודנט, ברענגט ארויס אז פעיבוק איז סך הכל א כלי און קען גענוצט ווערן להרע ולהיטיב כחומר ביד היוצר. ליינט און האט הנאה.
http://www.aish.com/ci/s/The_Facebook_Challenge.html


לייען איך גוט, יידל? וועבן זיך חלילה בייזע מחשבות אראפצונעמען די מאסקע אין דער צוקונפט?
יעדנפאלס, לאז אונז וויסן אין פאל דו גייסט פאבליק.

Re: פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:25 am
דורך ידען
יידל

אסט שוין א facebook page און ווילסט עס נישט ארויסגעבן דא אדער בכלל?

שרגא

פארוואס ״בייזע מחשבות״. איך האלט אז סע גוטע מחשבות :)

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 12:00 pm
דורך הערשל
נאכן אפשרייבן א נייעם אשכול איבער פעיסבוק, האב איך געמאכט א זוכעניש און געטראפן דעם אשכול.

וועלן מיינע ווערטער אויך גענוצט ווערן אלס דערמאנונג פאר יידל'ן איבער זיין פארשפרעכונג צו שרייבן מער וועגן דעם ספר הפנים.

איך ליין יעצט דעם פאפולערן WebMD מאגאזין און זיי האבן אן ארטיקל איבער די פארבינג מיט וויפיל פריינט מען האט אויף פעיסבורג און דעם מוח און אויך מאכט עס אוועק אז מען האט ווינציגער פריינט אויב מען איז מער אקטיוו אין זיך באפריינדן אויף פעיסבוק.

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 12:04 pm
דורך הערשל
דער לינק איז נישט גוט אויסגעקומען.

דא איז דער ריכטיגער.

אגב, באמערק איך אז דער לינק איז באלד א האלב יאר פריער ווי ווען דער מאגאזין וואס איך ליין יעצט איז ארויסגעקומען, וואס איז פון מארטש/אפריל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:02 pm
דורך הערשל
יידל האט געשריבן:איך האף נאך אסאך צו שרייבן איבער פעיסבוק, זיי פון א מאטעריאליסטישע שטאנדפונקט און זיי פון א רעליעגעזע שטאנדפונקט,

פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 8:08 pm
דורך ירא שמים
10 Interesting Facts About Facebook That You Did Not Know https://t.co/epJCA0KPzP