בלאט 1 פון 2
Government פארשפארט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:02 am
דורך שאולדיספריםפאקער
מען הארגעט זיך יעצט ארום און וואשיגטאן די רעפאבליקאנער מיט די דעמאקראטן ביזדערוואל איז מען נאך נישט געקומען צו אן עגרימענט און אויב גייט עס אזוי ווייטער ביז מאנטאג מידנייט קומט א גאווערמענט שאטדאוון אזאך וואס איז שוין נישט געווען פאר זיבעצן יאר דאס הייסט אלע שטאטישע אפיסעס וועלן זיין פארשלאסן ביז מען פאראייניגט זיך פאספארט אפיסעס נאצינאלע פארקס ועוד ועוד און אנדערע ווערטער עס גייט זיין א כאדאראם רבותי נעמטס ארויס ענקער געלט פונעם סטאק מארקעט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:19 am
דורך יאיר
א ביזנעס וואס איז זעכצן טריליאן דאלער אין חובות איז שוין העכסט צייט צו פארשפארן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:20 am
דורך זר זהב
איך הער אז UJO בלייבן אפען געהעריג..
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:23 am
דורך יאיר
זר זהב האט געשריבן:איך הער אז UJO בלייבן אפען געהעריג..
מאנכע שפעקולירן אז דער ראדני מקוה איד וועט אויך בלייבן אפן טראץ די שווערע צייטן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:25 am
דורך שאולדיספריםפאקער
זר זהב האט געשריבן:איך הער אז UJO בלייבן אפען געהעריג..
יא ווייל זיי האבן נאך אוועקגלייגטע געלט פון אלע יארן אפשר קען מען זיי מלמד זכות זיין אז פאר דעים האבן זיי נאך קיינמאל נישט געטיילט ווייל זיי האבן עס אוועק געלייגט פאר די הונגער יארן !!!אולי!!!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:26 am
דורך רויטע וואנצעס
יאיר האט געשריבן:א ביזנעס וואס איז זעכצן טריליאן דאלער אין חובות איז שוין העכסט צייט צו פארשפארן.
א ביזנעס וואס נעמט אוועק געלט פון איר ארבייטער און געט עס פאר מענטשען פון די גאס איז שוין העכסט צייט צו פארשפארן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:27 am
דורך זר זהב
און וואס זיין מיטן ספרים פאקער? מגייט סטרייקן? כוויל זעהן ריינע טישן אין ביהמד
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:29 am
דורך רויטע וואנצעס
פירות פון לאבינג. די גאווארמענט איז קאנטעלירט ביי די מאפיא הנקרא לאבינג, זיי זענען די אמת'ע בעל בתים, פאליטיקס איז נאר א קאווער געים.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:30 am
דורך יאיר
פעטיציעס ווערן אריינגעגעבן אז די ספרים פאקן פראגראם פאר די ארימע און אומבאכלעפטשעטע וויליאמבסורגער אידן וואס קענען זיך נישט ערלויבן צו צאלן א פאקער זאל ווייטער אנגיין אין פילן שוואונג אויך נאכ'ן שאטדאון צוליב די אומגלויבליכע קאטאסטראפע וואס דראעט צו באפאלן אויב די אנגעזאמלטע בערג מיט חק'ס און משניות'ן וועלן נישט ווערן אוועקגעפאקט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:34 am
דורך מאטי
פון חזקיהו המלך : " גוגל " א גאווערמענט ענטיטי. ( פארדעם האט זי צוויי Gs ) גייט זיין דאון.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:36 am
דורך מאטי
יאיר האט געשריבן:פעטיציעס ווערן אריינגעגעבן אז די ספרים פאקן פראגראם פאר די ארימע און אומבאכלעפטשעטע וויליאמבסורגער אידן וואס קענען זיך נישט ערלויבן צו צאלן א פאקער זאל ווייטער אנגיין אין פילן שוואונג אויך נאכ'ן שאטדאון צוליב די אומגלויבליכע קאטאסטראפע וואס דראעט צו באפאלן אויב די אנגעזאמלטע בערג מיט חק'ס און משניות'ן וועלן נישט ווערן אוועקגעפאקט.
כ' וואלט דיר געראטן צו מנקד זיין דיין תגובה, איידער די גבאים לייגן דאס אריין אין מאחורי.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:39 am
דורך יאיר
פון צווישן וויליאמבסורג, חק, משניות האסטו נאר ארויסגענומען די איינע ווארט....? געוואלד געוואלד, וואו ליגט דיין קאפ...?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:43 am
דורך יואב
כ'מיין איך לאז איבער מאנסי מיט די פאראייניגטע שטאטן, און איך ציה זיך אריבער וואוינען קיין וויליאמסבורג. אויף פאספארטן פאר די משפחה בין איך נישט באזארגט, ווייל כ'האב שוין געמאכט בעפאר אבאמא האט געוואנען א צווייטער טערמין. געהייסן האט שוין דעמאלט אז איך גיי מופן פון אמעריקע אריין צום ארץ זבת משוגעים ופאשקעווילן, למעשה זעמיר אפראווט געווארן מיטן אכטן חלק הארט בעפאר.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:51 am
דורך שרייבער
איבער וואס איז די קריגעריי?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:58 pm
דורך petergrifin
שרייבער האט געשריבן:איבער וואס איז די קריגעריי?
איבער וויפיל קאנגרעס מעג גנבנ'ן
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:41 pm
דורך outspoken
.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=8-5fmoqtXqU[/youtube]
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:23 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
רבותי רבותי כאפט שנעל אריין ווייל און און בערך א צווי שעה שפארט מען
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:25 pm
דורך outspoken
10:30 איז דא נאך א וואט מ'וועט דאס קענען זען לייוו
http://www.c-span.org/Live-Video/C-SPAN/
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:04 am
דורך שאולדיספריםפאקער
800 טויזענט מענטשען זענען יעצט געווארן jobless
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:11 am
דורך יואליש
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:800 טויזענט מענטשען זענען יעצט געווארן jobless
כ'האנדל מיט איינע פון די דעפארטמענטס אין וואשינגטאן און כ'האב היינט אווענט
זיבן אזייגער באקומען די פאלגענדע אימעיל:
[left]....Dear ,
As part of the Government-wide shutdown, the ... will shut down as of 8:30pm Eastern time Monday, September 30, 2013. For more information on when the ... will be reopened, please refer to the website for the Office of Personnel Management to see when the Federal Government will end the shutdown at
http://www.opm.gov.
We regret any inconvenience and thank you for your continued partnership with .....[/left]
אבאמא רעגט זיך!!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:54 am
דורך סאשי פיש
@BarackObama: They actually did it. A group of Republicans in the House just forced a government shutdown over Obamacare instead of passing a real budget.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:57 am
דורך סאשי פיש
.....Some reports that all Obama phones stopped working due the government shutdown
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:06 am
דורך שעפטל
שטייטעלעך, פון 1976 ביז 1979 זענען געווען זעקס גאווערמענט שאוט-דאון'ס מיט בערך 11 טעג יעדע איינע און ס'וועלט איז געהעריג אנגעגאנגן.
ס'וועט גארנישט אפעקטירן אונזער טאג טעגליכע לעבן.
האומלענד סעקיוריטי און די עף בי איי וועלן געהעריג פונקציאנירן, פארטשעפע דיך נאכאלץ נישט יעצט...
מארטגעדזש פראצעדורן וועלן געהעריג אנגיין, זיי מוחל באצאל....
דער פרעזידענט וועט געהעריג באקומען זיין געהאלט (פארשטייסטעמער).
די פאסט סערוויס וועט געהעריג דעליווערט ווערן, וויבאלד ס'איז אן אינדעפענדט ביזנעס....
די פעדעראלע עיר-טראפיק קאנטראל וועלן ווייטער שטיין על המשמר, זיי נישט באזארגט...
סאושל סעקיוריטי פראגראם וועט ווייטער פארטיילן אירע טשעקלעך (פאר די זעלבע סיבה פארוואס אבאמא גייט באקומען זיין געהאלט...)....
מעדיקעיד און מעדיקער ארבייט פיין מארגן, זייט מוחל און קענסעלט נישט אייער אפוינטמענט...
פעדעראלע קאורט סיסטעם גייט געהעריג אן מיט זייער גערעכטיגקייט.. קומט נישט אן שפעט...
אייער איי-פאון וועט ארבייטן אויב איר באצאלט אייער ביל,
און מיט אייער פוד סטעמפ קארטל וועט איר ווייטער קענען קויפן א גרויס באטל סאדע (בלומבערג, קראך!...)
די באסעס פארן אין חדר אריין אויפן דינסטאג סקעדזשול.
און יא די בראוני'ס וועלן אייך פיין אפווארטן מיטן אראנדזשען קוויטל מארגן כאילו ס'גייט גארנישאט פאר אין לאנד...
ווי איר וועט יא אפעקטירט ווערן... די נאצניאלע פארקס וועלן הארמאטיש פארשלאסן ווערן, אזוי אויך מסתמה די עלענדע פרוי דארטן פארווארפן אין וואסער..
אבער! נאך איין זאך וואס וועט זיין סוספענדירט לעת עתה, איז די אודיט פון די איי אר עס! כולל תהילים בחצות מעלדט שוין א דראסטישע בודזשעט שניט...