בלאט 1 פון 4
אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:00 pm
דורך סאו וואט
אייכלערס דזשודעיקא!
א סטאר וואס יעדער ווייסט פון דעם צו זאגן, לאקירט און בארא פארק אויף די דריינצענטע עוועניו, קארנער 50 סט.
א מעגא גרויסע סטאר, וואס נעמט אויף ארום פיר געשעפטן, א שיינע סטאר, בהרחבה, זייער רואיג דארט צו זיין.
זיי האבען בעיקר נייע ספרים, טויס, ציצית טליתים קאפלעך תפלין, ועוד ועוד, אלס וואס פעלט אויס צו זיין א יוד.
מענטשען קומען אריין דארט זיך אויסצורוען, צו מאכען באשויס חתן וכלה, ממש א געשמאק און תענוג זיך דארט
צו דרייען.
דער בעל הבית איז הרה"ח רבי משה אליהו בלוי שליט"א מחשובי חסידי באבוב ופיטסבורג אשדוד, און זיינע
קינדער, רבי בן ציון, רבי יחזקאל, רבי חיים אליעזר, נאך צוויי זוהן כ'געדענק נישט זייערע נעמען איצטער.
כ'האב אלעמאל געמיינט אז דער סטאר איז גאר מוצלח, אלס זייער סעילס זענען די מערסטע פון אלע אויף
דריינצענטע עווניו, דאס איז א באריכט פון דער יו. פי. עס. דעלעווירי מענטש אינעם געגענט, שטענדיג פול
מיט מענטשן, אפגערעדט אין די היי סיזענס, מ'קומט אהין מארבע פינות הארץ, און אסאך טוריזם. ס'ציעט
אהין צו גיין פון איבעראל, גאר גוטע לאקעישען, אין הארץ פון בארא פארק.
אבער לעצטענס האב איך געהערט אז די בעלי בתים זוכען א קונה וואס זאל אפקויפען דער געשעפט, וויבאלד ס'גייט נישט.
ווייסט איינער מען וואס דא גייט פאר? און פארוואס ס'איז לעצטענס ידם על התחתונה? אלע זיינע קינדער גייען
בלייבען אנע ביזנעס?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:00 pm
דורך קאווע טרינקער
די נעמען פון זיינע קינדער ווייסטו נישט, וויפיל געלט ער פארדינט ווייסטו יא?
ס'איז עפעס א פאבליק קאמפאני? דו האסט א שותפות דארט?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:04 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
שמעתי ממקור נאמן אז דער רענט זיינער איז און די געגענט פון פינעף און דרייסיג אלפים א חודש. עס איז שווער צו מאכן פראפיט מיט אזא הויכע רענט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:10 pm
דורך רויטע וואנצעס
זעהט אויס א זייער נויטיגע נייע באנק איז אויפן וועג.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:18 pm
דורך פיינע קאווע
עס קוקט אויס אז דער פותח האשכול האט דא אן אגענדע. זאל אייכלערס מצליח זיין עס איז גראדע א וואול געשעפט זייער פיינע קאסטומער סערוויס
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:28 pm
דורך outspoken
פותח האשכול, איז א פיינע שרייבער דא אין שטיבל, אייכלער איז גענוג גרויס אז אן ארטיקעל דא וועט גארנישט אויסמאכען אהער אדער אהיו.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:34 pm
דורך חכם באשי
יעדער איינער האט געזעהן די פאשקעווילן וואס זיין פעטער מיט זיין פעטער'ס משפחה האבן די לעצטע פאר יאר פארשפרייט איבער איהם.
יעדער קען דער סכסוך.
ווען איין צד קריגט זיך אין בית דין און דער צד שכנגד גייט ארויס צו דער גאס מיט שמוציגע טאקטיקן, איז עס א גאנץ קראנטע סימן צו וויסן ווער איז גערעכט.
אזוי ווי עס איז דא א צד צו זאגן אז דער בית דין וועט פסק'ענען לטובת דער פעטער, למחצה לשליש ולרביע, מוז ר' משה אליה זיך אנגרייטן מיט קעש געלט וואס פריער, דורך מאכן סעילס, און זיך פראבירן ארויס צו זעהן פונעם ביזנעס עוד בו נשמתו, כדי צו פארזיכערן אז דער פעטער נעמט איהם נישט צו זיין מקור חיונה. איז עס דעריבער א סברא אז ער זאל זוכן צו פארקויפן.
במציאות אבער, איז שווער צו זאגן אז דער פעטער זאל טאקע געוואונען א דין תורה ווידער האט נישט קיין ערענסטע אונטערלאגע. - דער סכסוך באציעט זיך צו געלט וואס דער פעטער טענה'ט אז ער האט געבארגט פאר ר' משה אליה. ר' משה אליה טענה'ט אז דער פעטער האט איהם נישט געבארגט דאס געלט, נאר האט עס איהם געגעבן כדי ער זאל עס אינוועסטירן אין ארץ ישראל'דיגע ריעל עסטעיט, וואס ר' משה אליה האט דעמאלטס געפאטשקעט אין דעם. צום סוף האט דער אינוועסטמענט אנגעוואוירן, און ר' משה אליה האט פארלוירן דארטן א הון רב. 15 יאר שפעטער, איז דער פעטער איין טאג אויפגעשטאנען, און מחליט געוועהן אז יענע געלט איז נישט געוועהן א השקעה אויף זיך מתעסק צו זיין, נאר א פריוואטע הלוואה.
יהיה איך שיהיה, ויהיה הפסק דין איך שיהיה, זעהט אויס אז דער פותח האשכול - וואס קען די משפחה נעמען אביסל צו גוט - וויל בעקיפין עפענען אן אשכול איבער דער דין תורה, ממילא הייבט ער אן מיט א תמימות'דיגע הודעה, און ער האפט אז ס'וועט פארפארן אריין אינעם געמויזשעכטס.
דער בעסטע און מן הסתם איינציגסטע וועג וויאזוי א פרעמדע קען אפשאצן און וויסן אויב א געשעפט גייט גוט אדער נישט, איז צו רעדן צו די סאפלייערס און דיסטריביוטערס, און הערן אויב דער געשעפט צאלט די ביללס בעיתו אחישנה.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:46 pm
דורך פיינע קאווע
אה יעצט רעדסטו ווערטער. א דין תורה מיט מעשיות און געשעפטן. ידי מסולקת
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:48 pm
דורך petergrifin
איך האב אלעמאל געוויסט/געמיינט אז זיי זענן טייערע פון אנדערע ספרים סטארס למעשה בין איך
אריין געגאנגן דארט פאר י'וט און געזען עטליכע זאכן ווי למשל נוי סוכה פאר ביליגע ווי אסאך געשעפטן
אפשר זאלן זיי שניידן אלע פרייזן ענד ביזנעס מעי פיק אפ
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:50 pm
דורך דולה ומשקה
הרב ביטערספעלד פון ישיבת באר שמואל ציווישן דרייצען און פערצן
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:11 pm
דורך קינות גירושין
כגיי דארט אריין צו קוקען נייע ספרים ווען כוויל למעשה קויפן א ספר/בוך גיי איך קיין amazam )כרעדט פון עלטערע סחורה)
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:57 pm
דורך ונבנתה העיר
חכם באשי האט געשריבן:דער בעסטע און מן הסתם איינציגסטע וועג וויאזוי א פרעמדע קען אפשאצן און וויסן אויב א געשעפט גייט גוט אדער נישט, איז צו רעדן צו די סאפלייערס און דיסטריביוטערס, און הערן אויב דער געשעפט צאלט די ביללס בעיתו אחישנה.
ער צאהלט נישט געהעריג.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:26 pm
דורך איחוד פעלד
כ'מיין אז ער פילט נישט גוט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:57 pm
דורך חכם באשי
רעדאגירט על פי עצת [tag]קופערניקוס[/tag].
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:06 pm
דורך שמעקעדיג
שוין צו פריוואט. פאסט נישט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:16 pm
דורך zurich
ווער געדענקט די אלטע סטאר. אלטץ קינד פלעיג איך אין די אלטע סטאר פארברענגען און ליינען דארט די ביכער און ער פלעיגט מיר גיין אויפן נערווען
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:47 am
דורך הדד בן בדד
zurich האט געשריבן:ווער געדענקט די אלטע סטאר. אלטץ קינד פלעיג איך אין די אלטע סטאר פארברענגען און ליינען דארט די ביכער און ער פלעיגט מיר גיין אויפן נערווען
מיר אויך, אבער דער וואס פלעגט גיין אויף די נערוון איז שוין נישט דארט. עס איז געווען אמאל צוויי שותפים, און נאך עפעס א קריגעריי האט מען זיך צוטיילט, און יענער פעגער איז שוין נישט דארט מער.
למעשה איז דרייצענטע עוועניו געווארן א צודרייטע בלאק, און די בענק הרג'ענען עס אוועק, זיי צאלן דרייסיג אלפים פאר א לעכל, און די לענדלארדס זוכן נאר בענק פאר טענענטס. איך געדענק ווען עס איז געווען דריי פיר בענק אויף דרייצענטע עוועניו, היינט האלט עס ביי כמעט צוואנציג. טראכט איין מינוט וויפיל גוטע, לאנגיעריגע סטארס עס האבן זיך צוגעמאכט ווייל דער בעה"ב האט עס געוואלט פארדינגען פאר א באנק.
אלס תוצאה גייען אלע רענטס ארויף. למעשה האט מיר געזאגט איינער וואס האט אמאל געהאט א סטאר אויף דרייצן, און היינט האט ער עס אויף אן אנדערע עוועניו, אין א קלענערע לאקאציע און ער זאגט מיר אז ער מאכט היינט אסאך מער געלט.
איך האף אז אייכלערס וועט נישט זיין נאך א קרבן פון די בענק אנלויפעניש, עס איז זייער א געשמאקע סטאר.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:58 am
דורך שמעקעדיג
נו אפשר זאל ער זיך טאקע אריבערציען אויף 16טע עוועניו און שלום על ישראל?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:00 am
דורך געפילטע פיש
איך האב מורא אז אויב אייכלער מאכט צו וועט מער נישט געשעהן קיין שידוכים אין בארא פארק. אבער אפשר איז עס א גוטע זאך, אז בלית ברירה וועט מען זיך אנשטאט גיין אריין זעצן אין ספונ'ס.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:02 am
דורך רויטע וואנצעס
מי יתן לנו ירחי קדם... אין כתה ט' האט מען מיר מיט אפאר חבירים ארויסגעווארפן פון סטאר נאכן ווערן געפאקט נישטערען אין ספרי טהרה ונדה, נישט מער געדאכט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:08 am
דורך געפילטע פיש
אין אייכלערס? דיין טאטע'ס ספרים שאפע האט גארנישט געהאט? און דיין בעסמעדרעש אויך נישט? אוי די אלטע צייטן...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:08 am
דורך שמעקעדיג
און איך האב אמאל (יארן צוריק) געטראפן דארט א ענגליש בוכל פול מיט דזשאוקס און ליצנות מכל הקדוש לנו.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:23 am
דורך נהורא נפישא
איך געדענק אלטץ בחור בין איך אמאל אריין דארט און געליינט דארט ביכער ביי די ענגלישע סעקציע די בעה"ב מיינענדיג איך בין עפעס א קנאי וואס האט אין פלאן צו ריאונירן זיינע ביכער האט מיך ארויסגעווארפן פון דארט ווי א הינט.