בלאט 1 פון 8
זכי' פון סקווערע חסידים
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:31 pm
דורך ידען
די אמת איז אז סע פעהלט נישט אויס צו שרייבען גאר נישט אויסער די נאמבער
206-666-9409
מען קען דא הערען פון איינעם די גרויסע זכי' וואס די סקווערע חסידים האבען אז די רבי קומט אריין צו זיי, ווייל עכט איז די רבי א גרויסע ריזיגע צדיק אז עס פעהלט איהם נישט אויס צו קומען צו די חסידים, און ער טוהט נאר א טובה פאר די חסידים אז ער קומט ארויס צו טוהן זיינע הייליגע עבודה צוזאמען מיט זיי.
און וואס ר' משה גרין האט געזאגט אויף די גרויסע צדיק די סקווערע רבי.
און אז א בעל הבית'שע איד האט איהם אמאל געזאגט אז ער האט געזעהן ביי די הקפות אז יעדע ריר איז אויסגערעכענט ביי די רבי.
און נאך א סאך אזאנע גרויסע זאכן פון די הייליגע רבי.
ווער איז דער דרשן? מנשה לוסטיג?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:33 pm
דורך קינות גירושין
טאקע א שמחה , נעבעך איז נשט דאס ווארט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:54 pm
דורך היימישער ליטוואק
"וויאזוי זאגט מען אין ארץ ישראל "עקספעקטן"?"??
וואס איז די שאלה? PREGNANT!!!
"וויאזוי זאגט מען אין ארץ ישראל "ICU"?"??
"איך זע דיר"!!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:18 am
דורך געפילטע פיש
יא, א חודש אין ICU, און נאכדעם דריי חדשים אין Intensive Care...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:59 am
דורך איחוד פעלד
אין די נאנטע עתיד טאמער איינער וועט נישט גלייבען יעדעס ווארט פין דער מטורף, וועט ער אנגערופען ווערען אן אפיקורס.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:20 pm
דורך אויס מענטש
כבין אינגאנצן צומישט ווער איז רבי און ווער איז גאט.
איבעיא להו בהעי עידנא דשחורתא (פירש"י, שרבצו הנוגשים מוואשינגטאן הידועים לשמצה בקמיהם,) וחקרו ודרשו במטמנותיהם של ישראל (ליקוטי רש"י. במלכות בית דוד) נפל האי תור"א (א) על עפרא דארעא בבי כנישתא, נתחייבו בתעניתא (פירש"י, כדין ספר תורה שנפל לארעא) אמר האי אמוראי דסקוויראי (פירש"י מאותו מקום) כד שאילנא לחד מבעלי בתאי (פירש"י מעמא דארעא) אסברא לן, שלא הי' כאן נפילה אלא יחודא עילאה ושמחו על האי אימרא כמרגניתא טובא ואכלו ושתי לעילא מכל כוחתא.
הגהות הב"ח
(א) יש גורסין תור"ה בה"א וטעות הוא עיין בעירובין
עירובין דף כ ע"ב בהגהותי שם.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 4:27 am
דורך על המחיה
דער בעל דרשן איז ר' יעקב יוסף פראמאוויטש
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 7:52 am
דורך איך אויך
איך האב נאר געהערט א חלק דרשה ,און נא נישט געפערליך מען האט שוין געהערט ערגערס אויף די וועלט ,אבער דער וועג ווי ער פארציילט די מעשה מיט דעם איד אין ב.פ. מיט די אפעראציע איז בהעימיש און עקלדיג.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 10:24 am
דורך רויטע וואנצעס
ווי אזוי פיט פיזיש אריין א מח אין אזא קליינע קאפ?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 10:31 am
דורך סאו וואט
וואס איז זיינע מאטיווען?
מיינט ער חוזק און ליצנות מאכען פון סקווירא?
אדער מיינט ער עס נעבעך ערענסט?
אגב,
מ'קען צוזאם שמעלצן דער אשכול מיט דער אשכול
אז ס'איז א זכיה צו גיין צום מיטאג טיש, און אז ס'האט א חסידישע חן.
בכל אופן האב איך געוואלט עפענען אן אשכול פון זייערע גליון בחצר הקודש, לדעתי האלט איך ס'דא אסאך ארום צו רעדן דערוועגן,
למשל יעצט לכבוד דאס צוואנציגסטער גליון, האבען זיי מספיד געוועהן זייער רעבין, דער בלאני פון ספרינג וועלי, ווי ס'קוקט און
שטעלט זיך ארויס, האט דער פאני גע'בעטן זיין סטעף, אז ער וויל זעהן וואספארא סטייל מ'גייט שרייבען אויף אים לאחר פטירתו,
ובתו"ד בלי בושה וכלימה שרייבען זיי, אז א' מזקני וחשובי האדמורי"ם האט געזאגט, אז דערפאר ליינט ער נאר בחצר הקודש, לאפוקי
אלע אנדערע גליונות, ווי באלד ווען סקווירע רבי רעד, שטיין מלאכים ושרפים ארום אים, מיט ביטול און הכנעה, און הערן אויס און כאפן
אויף יעדער הגה ודיבור וואס קומט נאר ארויס פון זיין הייליגע מויל.
ואסתגר כעת בזה
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 10:36 am
דורך דענקער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ווי אזוי פיט פיזיש אריין א מח און אזא קליינע קאפ?
בעליון איט אר נאט. איך קען נישט דעם חכם, אבער ער קען זיין א קלוגער פארשטענדליכער אינגערמאן. ביז חסידות. דארט לייגט ער די מח אין גניזה. דאס איז די פאוער פון ברענוואשינג און מטומטם'דיגע (אומ)חינוך.
עס מאכט זיך ביי די שענסטע רעליגיעס.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:29 am
דורך טעפל
איינער קען עס פליז ארויפלייגען צו הערן?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:35 am
דורך על המחיה
סאו וואט האט געשריבן:וואס איז זיינע מאטיווען?
מיינט ער חוזק און ליצנות מאכען פון סקווירא?
אדער מיינט ער עס נעבעך ערענסט?
אגב,
מ'קען צוזאם שמעלצן דער אשכול מיט דער אשכול
אז ס'איז א זכיה צו גיין צום מיטאג טיש, און אז ס'האט א חסידישע חן.
בכל אופן האב איך געוואלט עפענען אן אשכול פון זייערע גליון בחצר הקודש, לדעתי האלט איך ס'דא אסאך ארום צו רעדן דערוועגן,
למשל יעצט לכבוד דאס צוואנציגסטער גליון, האבען זיי מספיד געוועהן זייער רעבין, דער בלאני פון ספרינג וועלי, ווי ס'קוקט און
שטעלט זיך ארויס, האט דער פאני גע'בעטן זיין סטעף, אז ער וויל זעהן וואספארא סטייל מ'גייט שרייבען אויף אים לאחר פטירתו,
ובתו"ד בלי בושה וכלימה שרייבען זיי, אז א' מזקני וחשובי האדמורי"ם האט געזאגט, אז דערפאר ליינט ער נאר בחצר הקודש, לאפוקי
אלע אנדערע גליונות, ווי באלד ווען סקווירע רבי רעד, שטיין מלאכים ושרפים ארום אים, מיט ביטול און הכנעה, און הערן אויס און כאפן
אויף יעדער הגה ודיבור וואס קומט נאר ארויס פון זיין הייליגע מויל.
ואסתגר כעת בזה
אותיות מחכימות ..
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:51 am
דורך I'm back
יא יא, לרפו'ש...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 12:13 pm
דורך סאו וואט
לקיים בנו חכמי ישראל
דוד בן טראני
לרפו"ש בתושח"י
דער מצב איז ...
ווי איז דער כח הפועל בנפעל פון דו לעצטערע שמועות מבהילות וואס קומען ארויס פון יענע דארף, איינס נאכן צווייטען?
שפיטצער, טאמבער, נכדו זושא ב' פעמים, בן יעקב יוסף ובן איצק, ועוד ועוד שאי אפשר לפרטם כי רבים הם?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 12:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
סקווירא האט א ערענסטע פי אר פראבלעם. די סיבה האט אסאך צו טוען ווי אזוי זיי באהאנדלן א פראבלעם, ס'איז העד אן. סאטמאר און אנדערע גרויסע פלעצער זענען אביסל מער פאליטיש ווע ס'קומט צו אישוס. בנוסף לזה זענען די פארמער סקווירא להשמיד ולהרוג און לייגן ארויס אסאך שמוץ אין די מידיא, איך זעה נישט אלגעמיינע OTD's זאלן זיין אזוי ווילד.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 12:47 pm
דורך zurich
איחוד פעלד האט געשריבן:אין די נאנטע עתיד טאמער איינער וועט נישט גלייבען יעדעס ווארט פין דער מטורף, וועט ער אנגערופען ווערען אן אפיקורס.
ער הייסט שוין יעצט!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 1:54 pm
דורך לייבעלע
צווישען די אלע תגיבות של גנאי אויף די קהלת קדושא סקווער וויל איך אריינווארפען א גוט ווארט אויכעט. כדאי די אלע לייענער'ס זאלען נישט מיינען אז דא רעט מען טאקע פין א באנדע היפאקריטען און משיגעים און מען געפינט נישט נארמאלע פאשטענדלעכע אויכעט צווישען זיי,
די כח התורה אין סקווער איז א שם דבר, סיי אין גמרא סיי אין ספרי חסידות,
זייער חסד איז פקיע שמיה ביי דעם ברייטען ציבור דאהי, אנגעהויבען פון די ביקור חולים אין אזויפיל האספיטעלס,
זיי האבען הערלעך ציגעשטעלט די רפואה העלט צענטער סיי אין סקווער סיי אין מאנסי וואס דינט ווי א היי קוואליטי מעדיקעל צענטער וואס אנדערע קענען זיך קומען לערנען פון זיי, מיט פרייע שאטעלס ציגעשטעלט פאר די גאנצע שטאט
בפרט זענען זיי מער באקאנט מיט די רפואה טראקס מיט וואס זיי קורסירען ארום אין די זומער מאנאטען אין די קעטסקילס און העלפן ארויס טויזענטער חולי ישרא'
ואחרון חביב, האבעך א וויילע ציריק געהאט א לאנגען שמועס פון איינער אינוואלווד אין די רינועל ארגאניזעישאן (זיי שטעלען צאם נדבנים פאר חולים וואס דאפן א ניר ה"י) און יענער האט פארציילט אביסעל פון הינטער די קוליסען, האט ער מיר מגלה געוועין אז זייער אסאך נירן נדבנים קומען פון סקווער. עס ליגט זיי די חסד אין די בלוט. פראצענטואל האבען זיי די מערסטע דאנארס. און אלעס אזוי שטיל אן פאמפע. זיי מעגען זיין שטאלץ מיט דעים.
סאו וויל איך בעיטן פון די שרייבערס און לייענערס זיי זאלען נישט אפ מישפט'ען דעם גאנצען שטעטל ווי א כאפטע משיגעים. נאר טאקע קיקן אביעקטיוו און אויך זעין די האלבע פילע גלאז.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 2:18 pm
דורך סאשי פיש
לייבעלע האט געשריבן:בפרט זענען זיי מער באקאנט מיט די רפואה טראקס מיט וואס זיי קורסירען ארום אין די זומער מאנאטען אין די קעטסקילס און העלפן ארויס טויזענטער חולי ישרא'
[tag]לייבעלע[/tag]
וואס איז די חסד דערפון?
וואס איז עס אנדערש פון ODA - QHC ?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 2:25 pm
דורך איך אויך
ווען נישט די מיליאנען פונעם פעטער וואלטן די אלע דריי נישט עקזיסטירט. אבער ווי-נישט- ווי טוען זיי אויף.
עס לאזט זיך זאגן אז מען דארף אריינשיקן דאנק בריווען צו די אינסטאנצן און די עפ. בי. איי. וואס האט יארן צוריק ארעסטירט די קאראפטירטע גנבים פון די ב. פ. קאנסיל [און יעצט די קאראפטירטע גנבים פון די מעט קאנסיל ,אויב איינער ווייסט פון א נצרך וואס האט נהנה געווען א פרוטה פון די ביידע גנבים ביטע לאזט וויסן] אזוי אז די חברה האבן איינגעזעהן אז מען קען אריינשארן מיליאנען אין טאש אבער אביסל מוז מען אויך געבן פארן ציבור צו לעקן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 2:29 pm
דורך לייבעלע
איך האב געוואלט דאס טאקע זאגען אז זיי טועהן אויף אויכעט און נישט אלע זענען פלאטשיגע קעפ מיט הויכע היטען ווי טייל ווילען דא אראפמאלען. זיי קענען זיין געניטע סוחרים און פיפיגע מענטשען טראץ די צמצומדיגע חסידית
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 2:41 pm
דורך געפילטע פיש
גערעכט לייבעלע, פאר אזא קליינע חסידות זיך צו קענען פארמעסטן מיט די גרויסע חסד אפאראטן ווי סאטמאר איז נישט קיין קלייניקייט, זיי שטעלן צו מיט א ברייטקייט כל מיני חסד, און מ'טאר דאס נישט אוועקנעמען פון זיי דא, (ניין, נישט אלע חסד וואס זי טוען באקומט מען דערפאר פונעם פעטער) אבער כ'ווייס נישט וואס דיין הוא אמינא איז געווען? האסט געמיינט אז יעדע סקווערער איז א מענטשען פרעסעדיגע מאנסטער? חלילה, זיי זענען זייער פיינע מענטשען, וועלן דיר מכבד זיין מיט א שמייכל און א קאווע, און פארשטייט זיך מאנכע דארט וועלן זיך אוועקגעבן דיר צו העלפן, ביז.... ביז ס'רירט נישט אן די האקעלע פונקטן, אזויווי א חסידה שעושה חסד עם חברותיה, אבער נאר עם חברותיה, איינמאל דו ביסט פון "יענע", איז אראפ מיטן קאפ. כ'ווייס נישט אויב זיי זענען אין דעם געביט ערגער ווי אנדערע חסידות, נאר דאסמאל האט עס אויסגעקלאפט ביי זיי, רעגט מען זיך יעצט אויף זיי.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 2:45 pm
דורך outspoken
לייבעלע האט געשריבן:איך האב געוואלט דאס טאקע זאגען אז זיי טועהן אויף אויכעט און נישט אלע זענען פלאטשיגע קעפ מיט הויכע היטען ווי טייל ווילען דא אראפמאלען. זיי קענען זיין געניטע סוחרים און פיפיגע מענטשען טראץ די צמצומדיגע חסידית
איינס איז נישט קיין סתירה מיטן צווייטען, דארט לערענט מען 'ולא קם כמשה', וויפיל א מענטש זאל לערנען און דאווענען זיין יר''ש און אפילו זיין א פוסק הדור קומט ער נישט צו צום קנעכעל פון א טשערנאבעל'ער אייניקעל ווייל זייער נשמות זענען גאנץ אנדערשט ווי אינזערע פשוטע נשמות, א משל, די גרעסטע אויפרייס באמבע קומט נישט צו צו א טויזענסטעל פון א קליינע נוקליארע באמבע.