בלאט 1 פון 1

עליה להר הבית בהלכה

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:39 pm
דורך נאר,,פרייליך
יודען זענען היינט רח''ל ארויף נגד התורה אויפען הר הבית און מתפלל געווען לטובת דער מנהיג פון ש''ס וואס איז מוטל על ערש דוי
http://t.co/2lvNKcAgva
דאס פאלגט נאך דערנאך וואס דער פאליטישער פארטרעטער דרעי האט אין א רוף צו די פרייע געזעלשאפט געבעטן זעך צו פאראייניגען מיט דעם חרדישען המון און מתפלל זיין לרפואתו

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 5:47 pm
דורך שושן פורים
פון די בילד קוקט עס אויס ווי היימישע יונגעלייט, חוץ אויב דיפרייע האבן אלס אחדות זיך אנגעטון רעקלעך

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 8:15 pm
דורך היימישער ליטוואק
לאמיתו של הנושא -
עס איז נישט נגד התורה, נאר נגד תקנות הרבנות ונגד הוראת רוב גדולי ארץ ישראל וועלכע האבן ג'אסר'ט *אלס גזירה* נישט צו גיין אויף דעם הר הבית.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:02 pm
דורך שושן פורים
היימישער ליטוואק האט געשריבן:לאמיתו של הנושא -
עס איז נישט נגד התורה, נאר נגד תקנות הרבנות ונגד הוראת רוב גדולי ארץ ישראל וועלכע האבן ג'אסר'ט *אלס גזירה* נישט צו גיין אויף דעם הר הבית.

אזוי גאר?????
און וואס איז מיטן ארויפגיין אויפן הר הבית בטומאה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 12:32 am
דורך ונבנתה העיר
שושן פורים האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:לאמיתו של הנושא -
עס איז נישט נגד התורה, נאר נגד תקנות הרבנות ונגד הוראת רוב גדולי ארץ ישראל וועלכע האבן ג'אסר'ט *אלס גזירה* נישט צו גיין אויף דעם הר הבית.

אזוי גאר?????
און וואס איז מיטן ארויפגיין אויפן הר הבית בטומאה

רמב"ם הל' ביאת מקדש פ"ג ה"ד:
טמא מת, אפילו המת עצמו, מותר להכנס להר הבית, שנאמר ויקח משה את עצמות יוסף עמו עמו במחנה הלויה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 12:37 am
דורך דעת תורה
מען רעדט דא פון א מקום ספק צי עס איז טאקע דא דארט די קדושת הר הבית, כאטש איך בין נישט זיכער צי עס עקזיסטירן פונקטליכע בארדערליינס ביז ווי עס איז זיכער חול, ווי עס איז ספק, און ווי עס איז זיכער קודש. בפרט אז דער גאנצער מיקום הר הבית בין איך נישט זיכער עס האט א תוקף הלכתי, טייל טענה'ן אז דער הר הבית איז גאר א אנדערער בארג דערנעבן, און עס איז נישט קלאר צי עס איז דא א מסורה מימות המקדש עד ימינו אנו אז דאס איז טאקע דער הר הבית, איך מיין עס איז בעיקר אנגענומען אזוי על סמך גילויי האר"י הק', קען מען דען זאגן אז ס'איז אסור על פי הלכה פאר א כהן צי גיין אויף א פלאץ וואס מען זעט נישט קיין שום הוכחה אז ס'איז דא דארט א קבר נאר דער אר"י האט עס מגלה געווען?

די מעשה איז נאר אז לפי זה לוינט עס ווייטער נישט, ער וויל דאך מתפלל זיין אויפן הר הבית הר המוריה וזה שער השמים, אויב איז עס נישט דאס האט ער דאך גארנישט אויפגעטון.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 12:16 pm
דורך על המחיה
נו, אז מען לייגט נאך צי אביסל חסידות אויך ...

נינו של ר' לוי יצחק מברדיצ'ב עלה להר הבית לרגל יום השנה ה-204 לפטירתו
הר הבית חדשות | אסף לרנר
הרב חיים ריצ'מן - נינו של ר' לוי יצחק מברדיצ'ב
עלה להר הבית ביום השנה לפטירתו
היום (כ"ה בתשרי) - יום השנה ה-204 להסתלקותו של סנגורם של ישראל רבי לוי יצחק מברדיצ'ב, עלה נינו להר הבית כדי לבקש מהשוכן במקום שיחוס על עמו ועל נחלתו, ירים את קרן ישראל עמו ויזכנו לבנות את בית מקדשו

הרב חיים ריצ'מן עלה היום להר הבית לכבוד יום השנה של הסבא רבא שלו - האדמו"ר רבי לוי יצחק מברדיצ'ב זצוק"ל. הרב ריצ'מן מספר שהרגיש, כיצד הסבא רבא מלווה אותו בהר הבית וכי היום באורח פלא נעלמו שומרי הואקף הטורדניים וכך הוא יכול היה לשקוע בהרהורים על המקום והזמן ולעסוק בלימוד זכות על עם ישראל ותפילות מעומק ה' למען עם ה' ונחלתו.
עבודות ריצוף ללא רישיון בהר הבית

העליה הייתה "רגועה ומתוקה", לדבריו ללא שום הפרעות מצד הווקף או המשטרה, חוץ מהצעקות של ערבים וערביות מטעם התנועה האיסלאמית (גם הם צריכים להתפרנס...).
יחד עם הרב עלו יהודים נוספים ובתוך ההר עצמו הם פגשו עוד קבוצות יהודים, בין היתר כלה ביום חופתה עם אביה ומדריך מקרב העולים המסורים - יוסף ארבלי.

חילול הקודש נמשך
העולים דיווחו על עבודות ריצוף חדשות שמבצעים הערבים בחלק הדרומי של הר הבית ועל משחקי כדורגל סוערים של הערבים בחלק הצפוני ובחלק הדרומי של הר הבית (ר' תמונות מהיום). למרות הבטחות מפורשות מפי שר המשטרה, המשטרה לא עשתה מאומה, כדי למנוע את חילול הר הבית ומשחקי הכדורגל התנהלו ממש ליד השוטרים.

העולים התפללו שזכותו של סנגורם של ישראל תעמוד לנו ונזכה לבנות במהרה את בית המקדש.

http://the--temple.blogspot.co.il/2013/09/204.html

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 12:50 pm
דורך ימי קדם
דאס איז נישט ארויפגיין אויפן הר הבית בזמן הזה איז א גזירה און חרם פון רבי יוסף חיים זאנעפעלד ובית דינו, ווייל בימיו האט זיך אנגעהויבן, די היינט פארשפרייטע מזרחי באוועגונג,אויפצובויען א מזבח און מקריב זיין קרבנות, געבויעט אויפן רמב''ם אז עס איז דא א חיוב מקריב צו זיין קרבנות אפילו בזמן הזה. און ווי באקאנט האבן אסאך גדולים, אפילו חסידישע גדולים חושש געווען צו דעם רמב''ם, ווי דער בעלזער רב, וואס פלעגט נישט וועלן זיין אין ירושלים פון פורים, אלס חשש אז עס איז שוין חל די חיוב פון הקרבת קרבן פסח, וואס איז א חיוב אויף יעדן יחיד, מילא מעג מען שוין נישט אוועקפארן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 12:52 pm
דורך ימי קדם
דרך אגב, איך זעה די אשכול האט גארנישט מיט צימעס, נאר פארט אריין אין א הלכה'דיגער היסטארישע וויכוח, איז כדאי די מנהלים זאלן עס אריבערפירן צו תורה ומחשבה, אדער היסטאריע.

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 1:47 am
דורך היימישער ליטוואק

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 1:54 am
דורך דעת תורה
ימי קדם, די גזירה איז נאך פון פיל פריער. כידוע החרימו את השר מאנטיופורי על שעלה להר הבית בתוך תיבה (אדער קען זיין ער איז געגאנגען אויף א פלאץ וואס מען טאר זיכער נישט גיין).

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 9:36 pm
דורך פארוואס?
היימישער ליטוואק האט געשריבן:http://the--temple.blogspot.com/p/blog-page_5528.html

איך בין אמת׳דיג אינגאנצן צומישט און סורפרייזד.
פון אלס קינדווייז אן, האב איך אייביג געוואוסט אז ארויפגיין אויפן הר הבית איז אן איסור כרת, ווי איינער גייט אריין אין בית המקדש בטומאה.
איך געדענק נאך די סיין וואס הרב אלישיב זצ״ל האט געמאכט זיכער עס זאל שטיין, אז מען טאר נישט ארויפגיין אויפן הר הבית.
און פלוצלינג זעה איך, אז אזא איינער ווי הרב ישראל יעקב פישער זצ״ל, איינער פון די חברי ביד״צ פון די עדה החרדית, (אוקיי, עס איז מיר נישט קיין חידוש, אז ער האט באמת נישט געהאט אקעגן די בחירות, וכדומה. אבער אלעס האט א גבול), האט אפענערהייט געשריבן אז עס איז נישט קיין הלכה׳דיגע פראבלעם.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 9:36 pm
דורך פארוואס?
היימישער ליטוואק האט געשריבן:http://the--temple.blogspot.com/p/blog-page_5528.html

איך בין אמת׳דיג אינגאנצן צומישט און סורפרייזד.
פון אלס קינדווייז אן, האב איך אייביג געוואוסט אז ארויפגיין אויפן הר הבית איז אן איסור כרת, ווי איינער גייט אריין אין בית המקדש בטומאה.
איך געדענק נאך די סיין וואס הרב אלישיב זצ״ל האט געמאכט זיכער עס זאל שטיין, אז מען טאר נישט ארויפגיין אויפן הר הבית.
און פלוצלינג זעה איך, אז אזא איינער ווי הרב ישראל יעקב פישער זצ״ל, איינער פון די חברי ביד״צ פון די עדה החרדית, (אוקיי, עס איז מיר נישט קיין חידוש, אז ער האט באמת נישט געהאט אקעגן די בחירות, וכדומה. אבער אלעס האט א גבול), האט אפענערהייט געשריבן אז עס איז נישט קיין הלכה׳דיגע פראבלעם.

נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 2:35 am
דורך היימישער ליטוואק
רבי ייד, זעצט אייך לערנן. וואס סורפרייזד און אנדרע שטותים - זייט מברר דעם דין אליינס און קוק וואס עס שטייט. הער אויף צו פסק'נן מיט דעם און יענעם. פסק'ן וואס די תורה זאגט.

נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 10:48 am
דורך פארוואס?
היימישער ליטוואק האט געשריבן:רבי ייד, זעצט אייך לערנן. וואס סורפרייזד און אנדרע שטותים - זייט מברר דעם דין אליינס און קוק וואס עס שטייט. הער אויף צו פסק'נן מיט דעם און יענעם. פסק'ן וואס די תורה זאגט.

איך האלט שוין נאכן זיצן, איך האב מיר שוין אויפגעשטעלט, איך האב שוין איינגעזעהן, אז די תורה זאגט גארנישט.
עס ווענדט זיך אייביג ווער עס לערנט איהר…