בלאט 1 פון 2
א סוף צו די געסט!!
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:49 pm
דורך in-Kolel
כ'מיין אז יעדער פארשטייט וואס איך מיין ווען אימער איך קום נאר אריין אין שטיבל זעה איך דא געסט,
ניין איך מיין נישט די נקוו"ד וואס כידוע ליודעי מעשה ביכלעך איז דאס געווען דער קאוד נאמען אז זיי קומען, וואס באמת זאגן די היסטאריקער אז דאס נעמט זיך נאך פין די צייטן פין די קאנטאניסטן ואכמ"ל
איך מיין אבער די געסט די וואס זענען נישט איינגעשריבן דא
באניצער אין דעם פורם: אין-כולל און 4 געסט; כמיין פארוואס ??? עטץ קוקטס אויס ווי דיר קליינע טוטער דער בר מצוה בחורל וואס שטייט אין קאווע שטיבל אין הערט אויס וואס די גרויסע טאטעס רעדן קוים וואס ער ווייסט ווי אזוי מ'מאכט א קאווע
ומכאן יוצא קריאה דחופה נכתב ונחתם ע"י כל רבני ניו יארק בכלל וכוללינו בפרט אנא! שליסט אייך אן מיט די טויזנטער אידן וואס טרינקען די געשמאקסטע קאווע דווקא אינעם געשמאקסטע שטיבל!
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 9:09 pm
דורך דעינעש
ברוך הבא In-Kollel, וויזוי איז די נייע זמן ביי אייך ??
___
איז נישט געשמאקער אז עימיצער -געסט- שטייט הינטער, און הערט זיך איין ווי דער כולל אינגערמאן פאליטיזירט ??
Re: א סוף צי די געסט !!
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 10:44 am
דורך in-Kolel
דעיניש שכח פאר די באריכאבע
אבער ווועם נערסטע? צי דען זעהן מיר זיך נישט יעדן טאג אין כולל??? כמיין וויאזוי וואלט דער אינגערמאן דורכגעלעבט דעם הונגער וואס כאפט איהם אן צווישן דעם ברייטן פרישטאג וואס די שנה ראשונה ווייבל גרייט איהם אן א אייער שפייז מיט גדינצטע צוויבל אין טשיס א סאלאט וואס באשטייט פין אלע וועדזשטיבעלס וואס איז דא אין גראסערי (פארשטייט זיך דעי וואס פארקויפט נישט די שטערן...).
אין דעם לאנטש לאמיר אייך נישט באשרייבן א געבראטענע פישל מיט... אפפ איך האב געזאגט איך באשרייב עס נישט.... דער עיקר איז וויאזוי לעבט מען דורך דעם הונגער אינדערמיט? א קאפפי פארשטייצעך אין.... א דעיניש
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 11:15 am
דורך דעינעש
in-Kolel האט געשריבן:דעיניש שכח פאר די באריכאבע
יישר,
in-Kolel האט געשריבן:(פארשטייט זיך דעי וואס פארקויפט נישט די שטערן...).
דייקא יא,
ווייל פון ווי ווייסט מען די קראנט'סטע שפעקולאציעס צו דיסקוסירן, (פארשטייצעך נאר נאך א פעסטע סדר In-Kollel,)
in-Kolel האט געשריבן:.... דער עיקר איז וויאזוי לעבט מען דורך דעם הונגער אינדערמיט? א קאפפי פארשטייצעך אין.... א דעיניש
"In-Kollel"
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:14 am
דורך זר זהב
די געסט האבן זיך גאנץ ווייניג דערשראקן
(בערלבעלעגלה)
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 11:45 am
דורך געפילטע פיש
דער זר זהב געט נישט אויף, איך מיין די עולם כאפט נישט דיין פוינט, ברויכסט עס מאסבערען ברחל בתך הקטנה.
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 12:10 pm
דורך אברעמעל
יענער געט נישט אויף..
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 1:35 pm
דורך שמעקעדיג
מען כאפט שוין איינמאל. נאר דער יעניגער דארף כאפן דעם פוינט...
דער פראבלעם איז נאר אז אינצווישן גייען מיר אלע ארויס פון די גלייזן...
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 1:44 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:די געסט האבן זיך גאנץ ווייניג דערשראקן
(בערלבעלעגלה)
וואס? בערל בעל עגלה איז א גאסט? ער האלט שוין ב"ה גאנץ פיין אויף א דרך. מיט 388 תגובות בלע"ה, לאורך ימים עד אלפי ורבי רבבות, כן ירבו.
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:29 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:מען כאפט שוין איינמאל. נאר דער יעניגער דארף כאפן דעם פוינט...
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:32 pm
דורך bush
הכנסת אורחים איז גארנישט ביי דיר?
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:33 pm
דורך זר זהב
יעצט זעה איך אבער אז געוויסע אלטע אשכולים וואס איך האב ארויפגעברענגט (כדי צו מאכן מיין פוינט...) האבן יא געהאט א שטיקל תחיית המתים... אפשר דארף מען קענען מבחין זיין וועלכע יא אויפצוברענגען און וועלכע נישט?
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:34 pm
דורך זר זהב
bush האט געשריבן:הכנסת אורחים איז גארנישט ביי דיר?
ס'יא עפעס, אבער אויף ווי לאנג??
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:36 pm
דורך שמעקעדיג
אין אורח מכניס אורח.
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:50 pm
דורך שמעקעדיג
מען האט שוין געשקיט רמזים, באהאלטענע און אפענע...
ס'איז דא מענטשן (?) וואס נאר נאכן כאפן א גוטן זעץ פארשטייען זיי אויפן וואונק.
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:52 pm
דורך bush
שמעקעדיג האט געשריבן:אין אורח מכניס אורח.
שכוח פארן אויפנעמען אזוי ווארים
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:00 pm
דורך שמעקעדיג
בוש, מען מיינט נישט דיך.
אשרי מי שחושדין ואין בו.
דו ביסט וועלקאם, און שפיר זיך היימיש.
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:01 pm
דורך זר זהב
bush האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אין אורח מכניס אורח.
שכוח פארן אויפנעמען אזוי ווארים
מ'רעדט פון די וואס בלייבן "געסט"... מ'וויל אז יעדער גאסט זאל עווענטועלי ווערן "היימיש"... גאט מי?
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:12 pm
דורך bush
יא יישר כח
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:29 pm
דורך sunbar
זר'ל, ווען איינער ברענגט ארויף אלטע אשכולות אין 'מאחורי' פארשטייסטו אז יענער האט נישט געהאט קיין צוטריט פריער.. . יא?
(Just trying to be on your good side...)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 4:21 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:11 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:אין אורח מכניס אורח.
דאס איז נאך דער סטעיטמענט וואס אנטהאלט די מערסטע אמת. א סאך מאל מיינט א מענטש אז ער איז שוין א תושב. לאזט מען איהם וויסן אמאל בפירוש און אמאל ברמז, אז ער איז נישט מער ווי אן אורח.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:14 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:bush האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אין אורח מכניס אורח.
שכוח פארן אויפנעמען אזוי ווארים
מ'רעדט פון די וואס בלייבן "געסט"... מ'וויל אז יעדער גאסט זאל עווענטועלי ווערן "היימיש"... גאט מי?
וויאזוי ווערט מען היימיש? דורך אריינזאגן יענעם אין באבנ'ס באבע אריין?
