בלאט 1 פון 1

וואס, פארוואס, ווען, און ווי.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 9:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
וואס, פארוואס, ווען, און ווי, זענען ווערטער אדער ענדערש כוחות וואס דערגייען די יארן פון די מענשהייט. שלות הנפש איז התרת ספק. אבער אז מ'לעבט למטה מעשרה אין א וועלט פון וואס, פארוואס, ווען, און ווי, איז נישטא קיין שלוה. דער "וואס" וויל אלעס וויסן, ער דארף טשעקן די נייעס 50 מאל א טאג, נאר צו ווערן סיקירט און ג'אודיט ביים "פארוואס", וואס לאזט גארנישט דורך אומפארענטפערט. "ווען" איז אלעמאל נערוועז און לעבט אינעם עתיד, און אז די עתיד קומט נישט גענוג שנעל ווער ער צופלאצט. ווען די עתיד קומט ענדליך אהן איז שוין מבאיש ריחו וויל ס'שוין נישט קיין עתיד, ער איז שוין נערוועז פארן קומענדיגן עתיד. ווייטער "ווי" איז פארזינקען און דאגות, ער וויל נאר אלעמאל וויסן ווי.

ומותר האדם מן הבהמה = אין. א מענטש איז מער ווי א בהמה מיט דעם אז א בהמה לעבט אינעם הוה, וועגן דעם בלייבט ער א בהמה, ער פלאנט נישט אז די נעקסטע מינוט זאל אים זיין בעסער. דער מענטש לעבט אבער אינעם עתיד, זיין קאפ ליגט אים און די עתיד, און דעם "אין" וואס עקזסטירט נאכנישט. ער איז ביזי מיט'ן עתיד אז ס'זאל אים זיין בעסער.

וואס, פארוואס, ווען, און ווי, זענען באמת אונזער בעסטע פריינט, זיי זענען די יסודות פון "אין" זיי שטופען אונז פאראויס אריין אינעם עתיד, אז אונז זאלן זיין מאטעווירט און צוגעגרייט פאר א בעסערן יהיה.

אבער אז מ'לעבט ווי א בהמה אן א חשבון, אן ציל, מ'לעבט אויף יעצט, דעמאלסט איז טאקע פשוט פשט און פסוק, אין=ס'איז נישטא קיין שום חילוק.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 9:11 pm
דורך קינות גירושין
וואס האט דאס מיט אט״ד?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 9:36 pm
דורך berlbalaguleh
ייש"כ ר' רויטע וואנצעס (א חידוש, אז נאר די וואנצעס זענען רויט, און נישט די פנים. ווען איך מאך א לחיים ווערט מיין גאנצע פנים רויט.) פאר די דערפרישענדע חקירה'לע. נאך א גאנצן טאג זיין פארנומען מיט'ן מציאות'דיגן הוה און עתיד, למשל, וויאזוי באצאלן רענט אדער דעם עלעקטריק בילל איז זייער געשמאק צו פארגעסן פאר א פאר מינוט דעם מציאות און זיך אריינלאזן אין חקירות. אוי. הלוואי מ'זאל צאלן פאר חקרנ'ען, וואלט איך אפגעשריבן גאנצע ביכער פול מיט חקירות... :roll: :lol: :like