בלאט 1 פון 1

הופיע ספר "מכתבי הדרכה" מרבותינו הקדושים אדמור"י באבוב זי"ע

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 10:05 pm
דורך news10
[center][center]הופיע ספר "מכתבי הדרכה" כתבי קודש מכ"ק מרנן רבותינו הקדושים לבית באבוב זי"ע
נערך ונסדר ע"י מערכת בית צדיקים, וי"ל ע"י תפארת בחורים ד'באבוב
חצרות באבוב, בארא פארק, חודש תשרי תשע"ד[/center]
[/center]

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 10:11 pm
דורך news10
מכתבי הרה"ק מהר"ש מבאבוב זי"ע
ומכתבי הרה"ק מהרנ"ץ מבאבוב זי"ע

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 4:14 am
דורך על המחיה
דער מהרנ"ץ האט געהאט עפעס א'ן אויסערגעווענליכע לשון לימודים מלא מליצות בטוב טעם ודעת
יעדע הסכמה זיינער איז א תענוג צי ליינען

דערמיט איז ער געווען ענדליך צי זיין זיידע דער קדושת ציון וואס האט אויך געהאט א גאר געשמאקע פעננע,

אגב דער בריעף הנ"ל וואס דער קדושת ציון שרייבט צי זיין זוהן ר' משה אהרן איז דאכט זיך מיר שוין געדריקט און די אלטע מכתבי קודש

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 10:58 am
דורך איחוד פעלד
זיי האבען מן הסתם ביידע געהאט שרייבערס. מען קען נישט טראסטען די רבי'ס.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 11:10 am
דורך אביגדור
אנא נפשי וכו'.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 11:18 am
דורך אכשיר דרא
דער רב שליט"א קען "אלעס"
דער ברודער דער בטלן ע"ה "האט גארנישט געקענט"
נו, דאס האב איך געזאגט, דאס איז אייער מהלך...
אים גאס שמועסט מען אז איינער ציטראנעבוים שרייבט אים פאר די תורות, אבער נישטקושע, עס איז אללרייד

איצט לאמיתה של דבר,
ר' נפתלטשע באבובער איז געווען באקאנט אלץ זייער א צוגעלאזענער מענטש, א מענטש וואס יעדער האט אים ליב געהאט, זיין חכמה און שמייכל האט באצויבערט יעדעם, ובפרט זיין גאלדענע שפראך, געבענדיג אכטונג אויף יעדעמס כבוד, און וויסענדיג ווי אזוי צו גיין צווישן די גבולות מיט א ראפשיצער קלוגשאפט
בנוגע מליצה איז דא ווידאויס און ריקארדיגנס ווי דער צדיק רעדט, מלא חן וחכמה, און אז מען קאן רעדן קאן מען שרייבן, תורה אחת היא

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 11:29 am
דורך סאו וואט
כ'האב הנאה פון זיי, אז זיי טוען כאטש עפעס אויף, און דרוקען זאכליכע זאכען, און בדרך כלל שיינע ארבעט.
משא"כ...

אכשיר דרא, פיין געזאגט. קומט זיך דיר מער פון סתם א לייק, דא האסטו :like

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 12:39 pm
דורך אוהב ספרים
אכשיר דרא

איך רעד נישט ספעציפיש, אבער שיסען א באמבע ווער עס קאן רעדען קאן שרייבען, איז הוילע שטותים

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 12:42 pm
דורך אכשיר דרא
כל מילתא דעבידא לאיגלויי לא משקרי בה אינשי
האנדעלט אייך איין טעיפס און זיכט ווידאויס וועט איר זיך איבערצייגן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 12:49 pm
דורך פאפריקא
די בריוון פון הדרכה ומוסר האט רבינו מהרנ"ץ זי"ע אליין געשריבען

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 1:46 pm
דורך אוהב ספרים
אכשיר דרא האט געשריבן:
כל מילתא דעבידא לאיגלויי לא משקרי בה אינשי
האנדעלט אייך איין טעיפס און זיכט ווידאויס וועט איר זיך איבערצייגן


שרייב גרעסער אותיות, איך קען כמה וכמה דרשנים ואדמורים וואס רעדן גוט און קענען נישט שרייבען

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 8:10 pm
דורך געלאנדעט
ס'דא דארט א שיינער בריוו פון אדמו"ר רבי נפתלי צבי זצ"ל מבאבוב בכתב ידו געשריבן תשס"א דאס ערשטע יאר אלס רבי.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 9:32 pm
דורך יאיר
דער מהרנ"ץ ז"ל האט בדרך כלל נישט געשריבן אליינס, אבער ער האט זיך באנוצט מיט א געניטע שרייבער, ר' חיים דוד באקאן. 99 פראצענט פון זיעינע בריוון זענען טאקע געטייפט מיט א טייפרייטער אדער קאמפיוטער.

דער רב שליט"א שרייבט נישט קיין סך, אבער דאס וואס ער שרייבט איז בכתב ידו ובלשונו הזהב, און דאס וואס עס איז געטייפט איז בדרך כלל פון ר' שלום דוד געללער, בציווי מילולי דורך דער רב.

פיין, פיין. ר' נפתל'טשע באנוצט זיך מיט א שרייבער, והא ראיה רוב בריוו זענען געטייפט. אבער דער רב שליט"א האט בלויז א טייפיסט, בציווי מילולי. והא ראיה אז דאס ביסל וואס ער שרייבט יא איז מיט זיין אייגענע גאלדענע צינג :lol:
איין קשיא בלייבט מיר נאר שווער אויפ'ן רב שליט"א, פארוואס אויסגעבן טויזנטער דאלארן פאר פראפעסיאנעלע טוענים?

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 8:49 am
דורך איינגעמיירעט
איך לייק דיר ווייל די ביסט אן אמת׳ע חסיד,ביי חסידים פלעגט מען דאס רופען א גראדע טראכטער, דהיינו איינער וואס טראכט און אנגלאנק מיט די חסידות,און אזוי ווי די חסידות פארלאנגט.
משא״כ די וואס טראכטען אביעקטיוו פלעגט מען רופען ״די קרומע קעפ״.
אשרי חלקם פון די אדמורים וואס האבען אסאך אזעלכע חסידים ווי דיר און לוסטיג.
ואוי להם לאדמורים וואס האבען חסידים פון די אזויגערופענע קרומע טראכטערס.

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 11:06 am
דורך אכשיר דרא
מאכסט א טעות רעב איינגעמיירעט,
א חסיד געווענטליך וועט נישט רעדען אויף זיין אייגענע רבי, און נישט אויף קיין שוכני עפר, אוודאי נישט אויף א רבי וואס איז געווען "זיין" רבי אונז איז היינט א שוכן עפר
דאס איז א מין נייע באשעפעניש וואס איז נאך נישט געווען, א מציאות חדשה וואס מען האט נארוואס פראדעצירט

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:55 am
דורך דולה ומשקה
דערווייל האב איך נישט געזעהן אז מ'זאל פארקויפן דעם ספר אין דער געשעפט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 3:45 pm
דורך ימי קדם
אגב רעדנדיג פון די ידי אומן פון קדושת ציון, איז כדאי צו באמערקן, א דבר ידוע, אז די באקאנטע שער בלאט וואס באבוב (ביידע, כאטש וואס צד מהרמ''ד האט עס אביסל משנה געווען, פארוואס ווייס איך נישט), האט דער קדושת ציון אליין געמאלן, אין א בריוו וואס ער האט געשיקט צו די מלוכה (איך מיין דער עסטרייכישער קייזער, פארעכט מיר אויב בין איך מיר טועה), און עס איז באמת א כלילת יופי.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 6:24 pm
דורך news10
ימי קדם האט געשריבן:אגב רעדנדיג פון די ידי אומן פון קדושת ציון, איז כדאי צו באמערקן, א דבר ידוע, אז די באקאנטע שער בלאט וואס באבוב (ביידע, כאטש וואס צד מהרמ''ד האט עס אביסל משנה געווען, פארוואס ווייס איך נישט), האט דער קדושת ציון אליין געמאלן, אין א בריוו וואס ער האט געשיקט צו די מלוכה (איך מיין דער עסטרייכישער קייזער, פארעכט מיר אויב בין איך מיר טועה), און עס איז באמת א כלילת יופי.


1) עיין אין דעם נייעם ספר "דער קדושת ציון" עמוד 366 מרן הקדושת ציון צוזאמען מיט'ן יאסלא דיין האבן דאס אויסגעמאלן ארום דעם
"מגילת יוחסין" פון רבי אברהמל"י הירשפרונג ז"ל

2) עיין בספר "אוצר המלכות" חלק ב' אין די הקדמה, וועגן די מתנה צום עסטרייכשער קייזער פראנץ יוזשעף, עס איז געווען א מתנה א שיינעם שטיעל אויסשניט געשיקט פון א יונגערמאן פון מעליץ, א יוגענט חבר פון מרן הקדושת ציון.