בלאט 1 פון 1

בין איך א שלעכטער מענטש אויב...?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 4:13 am
דורך אליצפן
יעדער האט געוויסע זאכן וואס מאכן אים טראכטן ביי זיך אין הארצן, "בין איך א שלעכטער פארן טראכטן אזוי אדער טון אזוי?" געוויסע מצבים ברענגען ארויס מחשבות און פעולות ביי א מענטש וואס קען באמת מאכן מ'זאל זיך וואונדערן בין איך טאקע אזא שלעכטער?
דעריבער עפן איך דעם אשכול אלס א מקום וואו מ'קען ארויס בלאזן די ערגסטע מחשבות וואס מ'פארמאגט און די סאמע ערגסטע פעולות וואס מ'טוט און דער'עולם העט דן זיין האם יש על מה לחשוש.
כ'וועל אנהייבן מיט א פאר פון מיינע, וירא העם וישפוט.

בין איך א שלעכטער מענטש אויב ווען איך הער א מאטארביציקל דורך זשומען מיין הויז דרייער ביינאכט, האף איך אז אין די נעקסטע מינוט זאל אים א טראקטאר טרעילער איבערפארן און נישט איבערלאזן קיין גאנצע ביין?
בין איך א שלעכטער אויב ווען איך הער אז מ'האט געשאסן א פאליציי פריי איך זיך אביסל טיף אין הארצן?
בין איך א שלעכטער אויב איך נעם אייביג די זייט פונעם קרימינאל וואס איז נארוואס אנטלאפן פון תפיסה אד''ג האפענדיג אז מ'העט זיי קיינמאל נישט כאפן?