בלאט 1 פון 1

וויפל קאפס גייט א טאג פאר איין קאווע???

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 3:55 am
דורך ביי דיר אויף שמחות
שלום עליכם ר׳יוסל ס׳מאכט איר?? ס׳גייט עס?? אהההה ! ב״ה א שמחה יא יא אי״ה ביי דיר אויף שמחות..... פאר מ׳היימיר אן צי רעדן לאמיר מאכן א קאווע לעטס סטארט די דעי פרעש. ני וויזוי גייט׳ס צי די קאווע מאכן? ס׳קען קאסטן 6 קאפס...... איי פ״וו דארף׳ך 6 קאפס פאר איין קאווע????? שוין די מפרשים מוטשענען זיך טאקע דערויף נאאא אבער פ״וו טאקע?? איז אזוי! מ׳נעמט א גלעזל מ׳גיסט אריין קאווע שטויב דערנאך ציקער הייס וואסער מילך דערנאך מישט מען עס אויס ווייל מ׳גלייבט נישט אז ס׳שוין אויסגעמישט ווערט׳ך שמיציג די קאפס פונעם קאפפי נעמט מען א דריטע קאפ מ׳גיסט איבער ס׳קאווע אזש אזוי גייט זיין א קאווע צי דע זאך אבעעעעעער.... ס׳קאווע איז עפעס נישט אזוי געלונגען היינט ס׳טוט מען? מ׳ווארפט׳ס אוועק און מ׳נעמט א פרישע קאפ האלט מיר שוין ביייי פפפיר דאכצעך מיר הקיצור מ׳גיסט אן קאווע שטויב ציקער וואסער מילך דארף מען דאך אויסמישן די קאווע מיט נאך א קאפ האלט מען שוין ביי פפפינעףף און יעעעעעעעצט ווערט׳ך די קאפס שמיציג נעמט מען אפיר א פרישע קאפ און אזוי טרינקט מען רואיג און געמיטלעך די קאווע וואס האט יעצט אפגעקאסט פארן שול 6 גאנצע קאפס און מ׳כאפט זיך ניטאמאל

Re: וויפל קאפס גייט א טאג פאר איין קאווע???

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 4:46 pm
דורך א איד
גערעכט צוויי קאפס און מער נישט

ווייל אזויפיל נוץ איך אויס

Re: וויפל קאפס גייט א טאג פאר איין קאווע???

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:10 pm
דורך [NAMELESS]
זייער שיין. איך כאפ אבער נישט ווען מניצט די צווייטע קאפ

Re: וויפל קאפס גייט א טאג פאר איין קאווע???

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:55 pm
דורך שמואל הלוי
ביי דיר אויף שמחות האט געשריבן:שלום עליכם ר׳יוסל ס׳מאכט איר?? ס׳גייט עס?? אהההה ! ב״ה א שמחה יא יא אי״ה ביי דיר אויף שמחות..... פאר מ׳היימיר אן צי רעדן לאמיר מאכן א קאווע לעטס סטארט די דעי פרעש. ני וויזוי גייט׳ס צי די קאווע מאכן? ס׳קען קאסטן 6 קאפס...... איי פ״וו דארף׳ך 6 קאפס פאר איין קאווע????? שוין די מפרשים מוטשענען זיך טאקע דערויף נאאא אבער פ״וו טאקע?? איז אזוי! מ׳נעמט א גלעזל מ׳גיסט אריין קאווע שטויב דערנאך ציקער הייס וואסער מילך דערנאך מישט מען עס אויס ווייל מ׳גלייבט נישט אז ס׳שוין אויסגעמישט ווערט׳ך שמיציג די קאפס פונעם קאפפי נעמט מען א דריטע קאפ מ׳גיסט איבער ס׳קאווע אזש אזוי גייט זיין א קאווע צי דע זאך אבעעעעעער.... ס׳קאווע איז עפעס נישט אזוי געלונגען היינט ס׳טוט מען? מ׳ווארפט׳ס אוועק און מ׳נעמט א פרישע קאפ האלט מיר שוין ביייי פפפיר דאכצעך מיר הקיצור מ׳גיסט אן קאווע שטויב ציקער וואסער מילך דארף מען דאך אויסמישן די קאווע מיט נאך א קאפ האלט מען שוין ביי פפפינעףף און יעעעעעעעצט ווערט׳ך די קאפס שמיציג נעמט מען אפיר א פרישע קאפ און אזוי טרינקט מען רואיג און געמיטלעך די קאווע וואס האט יעצט אפגעקאסט פארן שול 6 גאנצע קאפס און מ׳כאפט זיך ניטאמאל

היפש מגזם געווען מיט 6 קאפס (אפשר שבת), אבער ס'איז א גוטע נקודה וואס דו ברענגסט ארויס אז מענטשן כאפן זיך נישט אז זאכן קאסטן געלט און אז איינער באצאלט דערפאר.

Re: וויפל קאפס גייט א טאג פאר איין קאווע???

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:13 pm
דורך העלא
איין קאפ, דעטס איט
אידיש געלט

אפילו שבת,
אויב עס דא סענס, נעמט מען וואסער און נאכדעם סענס אין די קאפ וואס איז א כלי שני און נאכדעם מילך
אויב טעסטער טשויס לייגט מען אריין די טעסטער טשויס אין די קאפ, דערנאך זוכט מען אויף א קאפ וואס איינער האט שוין גענוצט צו איבערגיסן, וואס מען זעהט דערויף אז קיינער האט נישט געטרינקען דערפון, עס איז דזשאסט נאס פון וואסער פון אינטן, און מען גיסט דערין אריין וואסער פון א כלי שני צו שלישי (עירוי מכלי שני האט א דין כלי שלישי)

Re: וויפל קאפס גייט א טאג פאר איין קאווע???

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:32 pm
דורך ביי דיר אויף שמחות
שמואל הלוי לאמיר טאקע זאגן אז כ׳בין גערעכט אבער נאר אויף שבת. די ווייסט וויפל שבתים ס׳דא א יאר??? דאס מיינט 52 מאל 6 איז 312 קאפס פער יאר פער מענטש פער קאווע...

Re: וויפל קאפס גייט א טאג פאר איין קאווע???

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:40 pm
דורך משה געציל
הלוואי זאל קאפס זיין דער איינציגסטער עֶביאָסד פראדוקט וואס מען ניצט צו סאך ווען מען מאכט א קאווע. למשל עס איז דא אידען וואס האבען בקבלה אז מען נעמט דווקא קאָץ קאָץ ציקערלעך, אבער למען השם נעמט מען פיר פינעף שטיקלעך, מען זעצט זיך אוועק ביים טיש לערנען אין מען לאזט איבער דריי..., חוץ פון דעם וואס עס איז נישט קיין כבוד הביהמ"ד קענען זיך די אלע ציקערלעך צאם זאמלען צו א שיינעם סכום במשכ'ן יאר. ווידער איז דא אנדערע וואס האבען נישט דעם תאוה פון צובייסען א הארטען שטיקעל ציקער בשעתן טרינקען די קאווע, זיי באגאניגענען זיך מיט א לעפעלע געהעריגע ציקער, איז דא אסאך אידען וואס האבען אויף זיך מקבל געווען דעם חדש אסור מן התורה, און וועלען בשום אופן זיך נישט לאזען פון די מתחדשים, וואס פרובירען אריינצוברענגען אין די בתי מדרשים די דינע רויטע מישערס צו מישען די קאווע, ניין! מען נעמט דייקא א לעפל פון די פאר שטיק וואס ליגען ביי די ציקער, אין מען בינד שנעל צו די גארטעל און מען מישט דאס אויס אזוי וואו דער רבי זי"ע האט ליב געהאט, אין כדאי אריין צו גיין אין די קאטעגאריע פון די מזיכי הרבים, יאַלאַ! געגאנגען, מען ווארפט צירוק דעם קאווע-נאסער לעפעל אינעם קאנטעינער ציקער, כדאי דער צווייטער זאל גלייך קענען געפונען דעם לעפעל אהן קיין עקסטערע אפמיטשענישען, און אזוי ארום קומט אויס, נישט מיר נישט דיר, האט מען קאליע געלייגט א שיינע חלק פונעם ציקער, און אלעס פארשטייט זיך נישט ח"ו נאכגעשלעפט צו ווערען פונעם היינטוגען יוגענט...

דערנאך מיטען מילעך פאנגט זיך שוין אהן א נייער געשעפט אינגאנצען, קודם זענען דא די וואס פארשען אויס דעם באטעל מילעך בשבע חקירות ודרישות, צום ערשטענס קוקט מען אויפען דאטום, דערנאך נעמט מען זיך שנעל חשבענען צו עס איז נאך צעהן טאג ביז צום דאטום, אויב נישט איז דער באטעל שוין געפסל'ט און מען נעמט תיכף אפיר די נעקסטע, אויב דער דאטום שטימט יא, פאנגט זיך יעצט אהן דער צווייטער פראצעדור אינעם אינוועסטיגאציע, מען נעמט דעם באטעל אינעם האנט אין מען ריקט עס אוועק פונעם נאז דאס ווייטסטע וואס מעגליך, דאן פאנגט מען צושטייטלעך אהן צוריק צוריקען די באטעל אינעם ריכטונג פינעם אויסגעשפיצטען נאז, אין מיט א געניטקייט געט מען א שארפען צו אריין, און אָך און וויי אויב זאל זיך נאר דאכטען אז דער גערוך איז נישט הונדרעט פראצענט דעמאלטס איז תיכף דינו לגארבידזש, דערנאך זענען דא די וועליכע ליידען פון א שוואכען אייגענם מיינונג, און כדאי זיכער צו מאכען אז מען ווערט ח"ו נישט נכשל אינעם איסור פון חלב הנעקל, ריפט מען שנעל א בחרו'ל, זאג נאר בחור'ל דער מילעך האט עפעס א אינטערעסאנטע שמעק? וואס ע"פ רוב וועט דער יונגער בחורעל זיין זייער דרך ארצדיג, אין תיכף צו שטימען און אזוי ארום נאך א באטעל געפסלט. און חוץ פון דעם זענען דא אזעלכע וואס איינמאל דער באטעל איז אנגעקומען צום לעצטען פערטעל, דארף עס ניטאמאל קיין בדיקה, נאר גלייך אריין אין גארבידזש, , דער חידוש איז נארמאלע מענטשן, פירען זיך אויף זייער מאדענע ווען עס קומט צום גלעזעל קאווע, נא גיי פארשטיי...

איך וואלט געראטען די מנהלים פונעם קאווע שטיבעל, אז הגם דא אין קאווע שטיבעל איז די דעמיקראטיע זייער גרויס, יעדער קען שרייבען, זאכען ווערען זייער ווייניג אויסגעמעקט, דאך ווען עס קומט צום נושא פון קאווע געטרינקעריי, זאל דא זיין כאטשיק א פלאץ וואו מען קען הנאה האבען פונעם קאווע, אהן די אלע מאדנע געפיראכטסער, און מען זאל זיך באגיין מיט שטרענגערע מעטאדען, מיט די אלע וואס לאזען דא איבער זייער קאָץ קאָץ ציקערלעך וכדו'...

Re: וויפל קאפס גייט א טאג פאר איין קאווע???

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:59 am
דורך ביי דיר אויף שמחות
נאך א מין פאריקטע מנהג איז ליידער איינגעפירט דאס ציברעקלען די האט קאפ איינער ווייסט אפשר וואס די האט קאפ האט געטוהן פאר די מענטשהייט??? אז מ׳דארף איר אזוי צופליקן אז ווען די קומענדיגער וועט זיך אראפ זעצן מיט א ספר וועט זיך די גאנצע בארג ברעקלעך ציבלאזן על הארכה ועל הרחבה........

Re: וויפל קאפס גייט א טאג פאר איין קאווע???

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:12 pm
דורך א איד
ביי אנז אין ישיבה פלעגט זיין א רומער אז קייען די האט קאפס מאכט יענע מעשה
און א חלק עולם האט געסטאפט

היינט זאגט מען אז זיצן און פארברענגען אין קאווע שטיבל שאדט אויף יענע מעשה
(פארדינט נישט קיין סאך)

Re: וויפל קאפס גייט א טאג פאר איין קאווע???

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 2:11 pm
דורך משה געציל
פאר די אלע וואס ליידען פון מחלת קאפ בייסעריי, וואלט איך געראטען זיך צו קויפען, א קליינטשיגע סלינקי פאר 25 סענט עס איז בדוק ומנוסה.

Re: וויפל קאפס גייט א טאג פאר איין קאווע???

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 5:07 pm
דורך ברוין
די גרויל פון טרעפן אן אפגעניצטע גלעזל, און צומאל א שפיי דערין אויך. ווועעךךך

און די אידן וואס לאזן עס אין די שטיבלעך וואס מען דאווענט שחרית און ביי די עטיפה מיטן טלית פליט די גלעזל און צושפריצט די אינהאלט. וועעךך

Re: וויפל קאפס גייט א טאג פאר איין קאווע???

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 6:51 pm
דורך דולה ומשקה
ביי דיר אויף שמחות האט געשריבן:נאך א מין פאריקטע מנהג איז ליידער איינגעפירט דאס ציברעקלען די האט קאפ איינער ווייסט אפשר וואס די האט קאפ האט געטוהן פאר די מענטשהייט??? אז מ׳דארף איר אזוי צופליקן אז ווען די קומענדיגער וועט זיך אראפ זעצן מיט א ספר וועט זיך די גאנצע בארג ברעקלעך ציבלאזן על הארכה ועל הרחבה........


ס'גווען א שטיק צייט וואס די האט-קאפס האט געהאט די דיזיינס, פלעג איך דאס אנשרייבען מיט א בלויע פען, פלעג אויס קומען זייער שיין.

Re: וויפל קאפס גייט א טאג פאר איין קאווע???

נשלח: מוצ"ש אפריל 28, 2012 10:26 pm
דורך ידען
דולה ומשקה האט געשריבן:
ביי דיר אויף שמחות האט געשריבן:נאך א מין פאריקטע מנהג איז ליידער איינגעפירט דאס ציברעקלען די האט קאפ איינער ווייסט אפשר וואס די האט קאפ האט געטוהן פאר די מענטשהייט??? אז מ׳דארף איר אזוי צופליקן אז ווען די קומענדיגער וועט זיך אראפ זעצן מיט א ספר וועט זיך די גאנצע בארג ברעקלעך ציבלאזן על הארכה ועל הרחבה........


ס'גווען א שטיק צייט וואס די האט-קאפס האט געהאט די דיזיינס, פלעג איך דאס אנשרייבען מיט א בלויע פען, פלעג אויס קומען זייער שיין.

די שיל ווי דו טרינקסט קאפי האט אויפגעהערט קויפן די גרעסערע קאפס מיט די דיזיין...

די קלענערע ביליגערע האבן נישט די שיינע דיזיינס

Re: וויפל קאפס גייט א טאג פאר איין קאווע???

נשלח: מוצ"ש אפריל 28, 2012 10:47 pm
דורך יידל
משה געציל האט געשריבן:פאר די אלע וואס ליידען פון מחלת קאפ בייסעריי, וואלט איך געראטען זיך צו קויפען, א קליינטשיגע סלינקי פאר 25 סענט עס איז בדוק ומנוסה.

:לאךהויך:

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 1:37 pm
דורך ביי דיר אויף שמחות
כ׳וויל נאר פשוט ס׳זאל צוריק ארויף קומען די אשכול אויפן אויבערפלאך....

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 1:39 pm
דורך שמואל הלוי
ביי דיר אויף שמחות האט געשריבן:כ׳וויל נאר פשוט ס׳זאל צוריק ארויף קומען די אשכול אויפן אויבערפלאך....

איך אין דיין פלאץ וואלט צוגעלייגט עפעס א זאכליכע תגובה און אזוי עס ארויפגעברענגט, ודי לחכימא ברמיזא.