בלאט 1 פון 2

ר' בערל קליין (רעסטאראנט)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 8:02 pm
דורך זר זהב
ר 'בערל קליין' איז דער באקאנטער אנפירער פון קליינס רעסטאראנט אויפ'ן וויליאמסבורגן טרייענגל. ער איז א זון פון זיין טאט'ן און מאמ'ן (מקור: וויקיפידיע), זיין קרעטשמע מאכט דאס בעסטע פאלאפעל באללס לויט מערערע מבינים. ער איז א כאראקטער, באקאנט אלעמאל מיט זיינע גוטע ווערטלעך וואס ברענגט שמייכלען אויף ליפנ'ס.

שליחים און סתם געסט פון אר"י עסן ביי אים אין רעסטאראנט בחינם.

מ'קען נאך אסאך שרייבן, און כ'וועל עס לאזן פאר אנדערע ווייל איך דארף לויפן צו משנה תורה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 8:15 pm
דורך zurich
זר ביסט א אמשינאווער? :P

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 8:17 pm
דורך קינות גירושין
קיינמאל נישט געזעהן אדער געהערט פון דעם איד א בילד ביטע
ער קען מאכען שמייכלען אידען פון ווילי?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 8:23 pm
דורך שרייבער
קינות גירושין האט געשריבן:קיינמאל נישט געזעהן אדער געהערט פון דעם איד א בילד ביטע
ער קען מאכען שמייכלען אידען פון ווילי?

עה קינות'ל פון וועלכע פלאנעט ביסטו?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 8:37 pm
דורך שמעקעדיג
קינות גירושין האט געשריבן:ער קען מאכען שמייכלען אידען פון ווילי?

דו מאכסט אונז זיכער שמייכלען....
:lol: :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 8:40 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך בין שאקט ס'דא א A אויפן טיר.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 8:42 pm
דורך רויטע וואנצעס
זר זהב האט געשריבן:סתם געסט


מיט סתם געסט מיינסטו אוודאי מייז. :D

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 8:48 pm
דורך פרישער
וואס איז דאס לעצטענס דא און קרעיטשמע מיט באשרייבן לעיבעדיגע פריוואטע בירגער, איז דאס מותר לויט דו באערדע דא, ווייל איך האב צו באשרייבן אסאך מענטשען, איך ווארט נאר זיי זאלן גיין נהנה זיין מזיו השכינה, אויב איז עס אויסגעהאלטן דעמאלץ זאלן זיי ענדערש בלייבן דא מיטמאכן מיט אינז.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 10:03 pm
דורך zurich
ער איז זייער א באטעמטער מענטש און א צוגעלאזענער.
מען זאגט אז ער האט געבויט די רעסטעראנט מיט זיינע 10 פינגערס.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 10:17 pm
דורך I'm back
zurich האט געשריבן:ער איז זייער א באטעמטער מענטש און א צוגעלאזענער.
מען זאגט אז ער האט געבויט די רעסטעראנט מיט זיינע 10 פינגערס.


אויב אזוי, פארוואס איז ער נישט געווארן קיין קאנטראקטער?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 10:21 pm
דורך zurich
וואס פארשטייסטו נישט יעדע יאר בויט ער עס איבער :lol:

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 10:22 pm
דורך outspoken
כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה, נא, ווער הייבט אן מיט רבי בערעל'עס ווערטלעך?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 10:25 pm
דורך zurich
נו המתחיל במצווה אומרים לו: מתחיל.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 10:33 pm
דורך outspoken
מענטשן האבען געפרעגט ר' בערל , ווי אזוי איז מעגליך אז דיין רעסטוראנט איז נישט איינגעפאלן פון האריקעין סענדי?

זאגט ער, מיין רעסטוראנט איז זייער אלט מאדיש, עס ליינט נישט קיין צייטונגען, עס הערט נישט קול מבשר, און ער האט נישט אנגעהויבן וויסן אז עס קומט א האריקעין. פארוואס זאל ער איינפאלן, פון סתם אביסעלע רעגן אדער אביסעלע שטארקע ווינטן?
----------------
א יונגעל וויל אויפהענגן זיין מאנטעל זעט ער א צעטיל "די הענגערס זענן נאר פאר די מלמדים"

שרייבט דער יונגעל צו "אויך פאר מאנטלען"
------------
שטייט א איגערמאן אומשולדיגערהייט און שמועסט מיט א חבר אויפן גאס אזוי ביים עק פונעם סיידוואלק בלע"ז. קומט ר' בערעלע צו מיט א תמימות פרעגן צו ער וויל אז ער זאל אים קראסן?...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 11:50 pm
דורך זר זהב
פרישער האט געשריבן:וואס איז דאס לעצטענס דא און קרעיטשמע מיט באשרייבן לעיבעדיגע פריוואטע בירגער, איז דאס מותר לויט דו באערדע דא, ווייל איך האב צו באשרייבן אסאך מענטשען

ס'דא פריוואטע מענטשן און נאכדעם איז אויך דא פריוואטע מענטשן... מ'דארף קענען מבחין זיין וועם מ'מעג יא באשרייבן און וועם נישט. ס'נישט אזוי שווער

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 12:32 am
דורך קאווע טרינקער
ר' בערל פלעגט כסדר זיין - און נאך אלץ - פארנומען מיט בויען זיין קרעטשמע שענער גרעסער און אפילו העכער
געזאגט האט ער אז דאס וועט נאך איין טאג זיין העכער פון די וועלט טרעיד צענטער..
וכך הוה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 12:34 am
דורך סאשי פיש
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך בין שאקט ס'דא א A אויפן טיר.

עס איז דא א שיינע גרויסע B אויפען טיר
נישט קיין A

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 1:34 am
דורך רויטע וואנצעס
סאשי פיש האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך בין שאקט ס'דא א A אויפן טיר.

עס איז דא א שיינע גרויסע B אויפען טיר
נישט קיין A


http://www.flickr.com/photos/imjustwalkin/7027497167/

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 9:45 am
דורך פרישער
זיין רעסטאראן האט פיל פינקציא'ס, עס האט א ברינען פון ווי דער עולם שעפט מים שלנו נאך לוויה'ס, עס איז עפעס א לעיגענדע, אז מען ווערט נישט טהור פון א אב הטומאה און גלות וויליאמסבורג, נאר אויב מען שעפט וואסער ביי זיין באר מים חיים,

אויך האט זיין קרעיטשמע נאך א פינקציא, אזש אז א זייגעדיגע מאמע וואס טרעפט זיך אויפן גאס און ס'קינד ברויך האַמי, און היות מיר טיען עס נאכנישט און פאבליק, דאן קלעטערט דאס מאמע ארויף זייטיגע שטיגן אויף די לינקע זייט פון זיין פינף שטערן האטעל, און מען זייגט אן דאס קינד און מען גייט ווייטער שאפינג,

איך בין נאך נישט דארט געוועין פערזעינלעך אויך האב איך נישט געהערט ביי קיינעם וואס האט דארט געכאפט אן עמערדזשענסי זייג, על כן ווייס איך נישט ווי אזוי עס זעיט דארט אויס, צי עס איז דא דארט אלטע הינקעדיגע בעינקלעך אדער שיינע וויגעדיגע שטילן מיט א פאטעל פאר דו רגלים, אבער איך קען זיך פארשטעלן לויט דו גאנצע אַרים ווי אזוי עס זעיט דארט אויס.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 10:30 am
דורך דענקער
איך האב אמאל געמאכט א קאפע ביי אים און געשעפט. אזוי גיסנדיג די ספלענדא, קומט ר' בערל צו צו מיר. זאגט ער מיר אז איך זאל נישט נוצן קיין ספלענדא און סקים מילך ווייל עס מאכט גראב. ווייל ער זעט אז אלע גראבע מענטשן נוצן עס...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 2:38 pm
דורך בן תמליון
זיין גאנצער געביידע האט א היסטאריע. דער שטח האט געהערט פאר די סיטי און בערי קליין האט עפעס געסקוואדעד און איז פארבליבן. אויב איינער ווייסט פרטים זאל מרחיב זיין.

פון זיינע ווערטער איז אז סעפטעמבער עיליווען זענען די טעראריסטן געווען במחשבה תחילה אריינצוקראכן די פליגער אין זיין געביידע נאר זעענדיק די טווין טאוער האבן זיי געטוישט פלענער.

אויך מרס. קליין האט אירע ווערטער זי זאגט אלע בחורים קומען קויפן ווייל זיי האבן ליב אירע באליס.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 4:09 pm
דורך היימישער
עס איז אמאל געווען א ליידיגע טריי ענגל און ר' בערל האט אהין געשלעפט א טרעלער און אונגהויבען מאכען פרישטאג פארן עולם (פאר געלט) און נאכדעם האט ער ציגעלייגט נאך א טרעילער און אויפגעשינטען די וואנט אזוי עס עס גרעסער געווארען און ציביסלעך נאך גרעסער ביז עס איז וואס עס איז היינט, עס איז א באטאמ'טע רוהיגע פלאץ פאר פרישטאג און מיטאג און ר' בערל לויפן ארום אגאנצן טאג פארעכן און צילייגען נאך א שטיקל און נאך א ציגל, ער געט אימזינסטע מאלצייטן פאר א"י משלחים זי זאלען זיך קענען דערכאפען דאס הארץ

א א"י בחור וואז האט דא געלערנט אפאר יאר און שוין אויסעקוקט ווי א היזיגע בחור האט אמאל באקומען א קאל פון זיין טאטע אז ער קען אהין גיין עסן אימזינסט, איז ער אהין און באשטעלט א מאלצייט כסעדה שלמה בשעתו און נאכן עס האט מען אים געגעבען א ביל זאגט ער אז מען זאל עס לייגען אויס זייט טאטע'ס חשבון, עס האט געדארט אפאר מיניט ווי לאנג מען האט פארשטאנען וואס ער מיינט, און אים געגעבען א ברעק און מזביר געווען פאר וועם מען געט אימזינסט

די ברינעם פארענט פלעגט מען ניצען צו וואשן די הענט נאך לוויה'ס . איך מיין אז עס ארבעט שוין נישט

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 6:58 pm
דורך פרישער
אט האב איך געהערט א וויץ וואס איז מיוחת בשמו

פארוואס איז יעקב אבינו געשלאפן אויף שטיינער ער וואלט געדארפט אונטערלייגן זיין פעקל וועש? ענטפערט הרבני הכחם ר׳ בערל קליין שליט״א: יעקב האט געזעהן ברוח הקודש אז אלעס גייט ווערן איינס, האט ער נישט געוואלט בלייבן נאר מיט איין אונטער הויזן. ודברי פי חכם חן!