בלאט 1 פון 2

א שמייכל גאראנטירט דורך רוסישע דרייווערס

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 1:18 am
דורך אליצפן
די מצב אויף די ראודס אין רוסלאנד איז איום ונורא. עס קומען דארט פאר איבער 200,000 עקסידענטן מיט איבער 30,000 פאטאליטעטן יעדעס יאר. די קאמבינאציע פון שלעכטע ראודס, שיכור'ע דרייווערס, און כמעט שטענדיגע שניי/אייז אויפן ראוד, שאפט גאר א טויטליכע סיטואציע.
אזוי אויך די איז די פאליציי דארט קארופטירט עד לב השמים, און ווער עס צאלט מער געלט אויף אים שרייבט דער פאליס אז ער איז אומשולדיג, ווי אויך שטעלן דארט מענטשן אונטער עקסידענטן בדווקא, ווי למשל מאכן א פלוצים'ער שארט סטאפ וכדו', כדי איינצומאנען אינשורענס.

לעצטנס איז צוליב דעם אלעם געווארן דער סטייל דארט אז יעדער אינסטאלירט א דעשבאורד קעמרא אין זייער קארס, אזוי זעט מען קלאר ווער ס'איז שולדיג, און פטור אן עסק.
למעשה די ווידיאוס וואס זענען דא פון די קעמראס זענען שאקירנד און פאני ביז גאר. מ'זעט זיך ממש אין א וועלט פון שיכרות און הפקרות, וואו דרייווערס טוען ככל העולה על רוחם, און מענטשען ווערן געהארגעט רעכטס און לינקס.

אין דעם אשכול וועל איך אראפברענגען די סאמע שאקירנדע און ווילדסטע עקסידענטן וואס כ'קען נאר געפינען.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=MK_Y7YmBHFQ[/youtube]

אכטונג: דער פאלגנדער קליפ איז נישט פאר שוואכע הערצער


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=erkruxSpoXk[/youtube]

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 1:23 am
דורך אליצפן
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=hqed3BaDQuI[/youtube]

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 1:48 am
דורך זר זהב

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 3:12 pm
דורך אליצפן
דא האט איר נאך א קליפ פון עפעס וואס מאכט זיך אויך גאר אפט אין רוסלאנד: ראוד רעידזש.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=x27I-rwDNiQ[/youtube]

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 05, 2013 9:11 pm
דורך אליצפן
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=NV6u2b9lbtA[/youtube]

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 4:28 pm
דורך שמעקעדיג
ממש א שוידער וואס טוט זיך דארט. ממש א הפקר וועלט? די ראודס ווערן דאך חרוב ונחרב! וויפיל קאסט למשל קאר אינשורענס דארטן?
עס קוקט אויס פון כמה קליפס אז די דרייווערס ווילן מרצונם באגיין זעלבסטמארד מיט א מיתה משונה רח"ל.
כ'קען עס נישט פארשטיין.

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 4:50 pm
דורך פאריז
דאס איז נאך א סיבה גומל צי בענטשן ווען מען קימט צירוק פון אומאן/ווילעדניק/בארדיטשוב.

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 4:51 pm
דורך אליצפן
שמעקעדיג האט געשריבן:ממש א שוידער וואס טוט זיך דארט. ממש א הפקר וועלט? די ראודס ווערן דאך חרוב ונחרב! וויפיל קאסט למשל קאר אינשורענס דארטן?
עס קוקט אויס פון כמה קליפס אז די דרייווערס ווילן מרצונם באגיין זעלבסטמארד מיט א מיתה משונה רח"ל.
כ'קען עס נישט פארשטיין.

שודערליך איז נישט דאס ווארט. ס'איז ממש אן עפידעמיע וואס גייט דארט פאר. אזויווי אין אמעריקא קומט פאר הריגות דורך גאן'ס, קומט דארט פאר מאסן רציחות מיט קארס.
כ'האב שוין געוואטשט צענדליגער שעות פון די סארט ווידיאו, און דער סאך הכל איז אז ס'דא דארט א טאטאלער הפקרות. מענטשן האלטן נישט איין די רויטע ליכט געזעצן, מ'פעסט קארס אין די פארקערטע ריכטונג אן קוקן צו ס'קומען קארס, און טראק דרייווערס טוען ככל העולה על רוחם ממש, און בכלל קען דער עולם דארט ממש נישט דרייוון.
עכ''פ נעקסטע מאל איר פארט קיין רוסלאנד מאהט זיכער נאר צו נוצען די באן, און קוקטס זיבן מאל אין אלע ריכטונגען פארן אריבערגיין די גאס.

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:03 pm
דורך שמעקעדיג
וועל, איך האב רחמנות אויף סנאודען, ער האט ווארשיינליך נישט געוואטשט די קליפס בעפאר ער האט באשלאסן צו עמיגרירן קיין מאמע רוסלאנד..

טראק דרייווערס: out of control

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 6:33 pm
דורך אליצפן
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Toe7uyl09eY[/youtube]

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 6:49 pm
דורך אליצפן
איין קראך נאכן אנדערן אויף די שנייאיגע ראודס

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=blrBUysgfns[/youtube]

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 8:44 pm
דורך קאווע טרינקער
איין זאך יא, די רוסישע האבן גוטע קעמרעס, די דרייווער לעבט נישט איבער, די קעמרע יא.

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 11:10 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:איין זאך יא, די רוסישע האבן גוטע קעמרעס, די דרייווער לעבט נישט איבער, די קעמרע יא.

איך האלט אז א גרויסער טייל פון די קרעשעס זענען "סטעידזש'ד.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 5:16 am
דורך אליצפן
berlbalaguleh האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:איין זאך יא, די רוסישע האבן גוטע קעמרעס, די דרייווער לעבט נישט איבער, די קעמרע יא.

איך האלט אז א גרויסער טייל פון די קרעשעס זענען "סטעידזש'ד.

וואס טייטש סטעיזשד? ווער שטעלט אונטער אזעלכע מאסיווע עקסידענטן אויסער האליוואד מאווי פירמעס? די אלע עקסידענטן זענען 100 פערצענט עכט, ס'איז דברים ידועים וואס גייט דארט פאר.
מיט 200,000 עקסידענטן א יאר פעלט נישט אויס צו סטעידשזן גארנישט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:32 am
דורך שמעקעדיג
די פאקט אז מערערע קליפס זענען נישט פון פשוט'ע קעמרעס אויפן דעשבאורד, מען קען זעהן ווי עס דרייעט זיך און פאלגט נאך אן אנקומענדן עקסידענט, קען אפשר מאכן אויסקוקן אז עס איז נישט נאטורליך נאר געשפיעלט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:16 am
דורך אליצפן
איך האב נישט באמערקט קיין איין אזא קליפ. אדרבה ווייז מיך אן וואו דו זעסט אזאנס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:40 am
דורך רויטע וואנצעס
וואדקע, אייז, כעס, און בלעד.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 6:31 pm
דורך דער (פינטעל) איד
נעכטן איז פארגעקימען א זעלבסטמערדערישע אקציע אויף א סיטיבאס אין רוסלאנד, זעקס מענטשן זענען געשטארבן. און דאס אויך איז געווארן רעקארדירט פון א דעשקעם! מען זעט ווי באס רייסט אויף און פלאמען
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=uePAa3lV9mo[/youtube]

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 4:35 am
דורך אליצפן
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=M3NXvla2oAE[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:11 am
דורך דער (פינטעל) איד
וואס ס'געשעט אלץ נישט אין רוסלאנד.. אויב איז עס נישט א קאר מיט א קאר איז עס א קאר מיט דער ערד אליינס!

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=IeXzm0qKYUA[/youtube]

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:49 pm
דורך אליצפן
ווינטער אין רוסלאנד...

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=FdnKj1MWAXY[/youtube]

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:13 am
דורך טעפל
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:וואס ס'געשעט אלץ נישט אין רוסלאנד.. אויב איז עס נישט א קאר מיט א קאר איז עס א קאר מיט דער ערד אליינס!

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=IeXzm0qKYUA[/youtube]

דאס איז "פאני" און גאראנטירט א שמייכל, די אנדערע גראנטירט וויינען נישט קיין שמייכל.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 1:21 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ממש א שוידער וואס טוט זיך דארט. ממש א הפקר וועלט? די ראודס ווערן דאך חרוב ונחרב! וויפיל קאסט למשל קאר אינשורענס דארטן?
עס קוקט אויס פון כמה קליפס אז די דרייווערס ווילן מרצונם באגיין זעלבסטמארד מיט א מיתה משונה רח"ל.
כ'קען עס נישט פארשטיין.

א סאך פון די "עקסידענטס" זענען סטעידזשט. ס'איז געמאכט דורך "סטאנט" דרייווערס. :roll: :lol: