בלאט 1 פון 1

שבת בעל אין ווילי

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 6:05 am
דורך קינות גירושין
א פארדריסליכע טעות איז יעצט געשען אין ווילי די שבת בעל האט זיך צופופען יעצט 6:13 אינדערפרי

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 8:21 am
דורך שווארץ אויף ווייס
וועלעכע בעל ? סאיז דא אפאר אין ווילאמסבורג

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 8:27 am
דורך קאווע טרינקער
אפשר איז וויזניצע רבי דא אויף שבת.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 8:36 am
דורך אפטעמיסט
אפשר איזעס געוועהן דער שופר של משיח

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 9:06 am
דורך outspoken
נאכמיטאג פייפט עס אויך אזוי הויך?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 9:08 am
דורך שושן פורים
איך זעה דער עולם ווייסט נישט, וועל איך פארציילן דעם סוד .
פאריגע וואך איז געווען אן אסיפה ביים סקולענע רבי , און מהאט דן געווען אז אזויווי דער אינטערנעט פראבלעם האט מען שוין מסדר געווען , נו וואס איז נעקסט?
עס איז געווען הצעות לכאן ולכאן , געוויסע האבן געוואלט מאכן קעגן עסן ou פראדוקטן וואס כידוע הערשט א גרויסע נאכלעסיגקייט ביים עולם , אבער דאן האט מען געזען אז סיטי פיעלד קען מען נישט אנפילן פון דעם ,
ביז נמנו וגמרו אז מוועט אויפוועקן דעם עולם צו זמן קריאת שמע , און כדי עס נאכצוגיין וועט מען מאכן יעדע צופרי אן אפעל ציילונג , איינס ביי לי קארנער ראדני און איינס ביי קענט קארנער הופער (שוין ווייטער מישן די חברה אריין פאליטיק אין יעדע דבר שבקדושה).
עס וועט זיין אויפן פלאץ א וועד האישור און ווער סאיז נישט געווען וועלן זיינע קינדער נישט קענען גיין אין חדר יענעם טאג, זיין ווייב וועט נישט קענען גיין אין גראסערי, און ער אליין וועט נישט ווערן אריינגעלאזט אין קיין איין אינטערנעט קיוסק,
אויב איינער דארף שלאפן לצורך פרנסה, ווי למשל איינער וואס ארבעט אין א נייט קלאב אדער א רבי וואס נעמט אויף ביז שפעט , קען באקומען א אישור פון די וועד

פרטים יבואו

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 9:31 am

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 10:20 am
דורך berlbalaguleh
יישר כח שושן פורים: לויט ווי דו לייגסט עס אראפ איז נישט שושן פורים נאר פורים אליינס. דו האסט זייער גוט ארויס אלע כאראקטערס אין דעם שפיעל. זייער חכמה און זייערע פאליטישע אמביציעס. פאר די גבאים און עסקנים וועלכע ארבעטן זייער שווער ארויפצולייגן דעם רעבי'ן שליט"א אויף די פאליטישע מאפע דארף מען זאגן אז זיי זאלן זיך זוכן אנדערע דרכים גרויס צו מאכן זייער רעבי'ן ולפרסם שמו בעולם. :lol: :roll:

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 10:32 am
דורך רויטע וואנצעס
די ציל פון די אלע קאמפיינס הייבן זיך למעשה אן לשם שמים, ס'דא וואוילע אידן ווי די סקולענער רבי אדער א צווייטער וואס מיינען די אמת. די שקצים אבער וואס זיי האבן ארום זיך הייזשעקען די נושא פאר זייערע אינטערעסן, אזוי ווי ליבאלארן הייזשעקן גלאבעלע היץ. זייערע אינטערעסן זענען געלט, וויאזוי? די טייערער א שטיקל ריעל עסטעיט איז, די מער מ'קען פון דעם סאקען. אז די רבי איז גרעסער און מער מאכטפול העלפט עס די באדאם ליין פאר די שקצים, ספעציעל אין סקולען ווי ס'איז א הפקר וועלט, און א שיינע חלק חסידים זענען דארט נאר צו סאקען אדער כשרן פון חס"ל. וד"ל.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 11:07 am
דורך אביגדור
דאס גוטס וואס קומט פון דער שבת פייפער איז לכאורה ווערד דאס ביסל אומבאקוועמליכקייט אמאהל א יובל. ווער קוקט דען אויפ'ן לוח צו זעהן ווען שבת קומט צו גיין? מען הערט דעם ערשטן פייפער ווייסט מען אז ס'צייט אפצוברענען די לעכט, מאכן דער סאמאוואר און אינטעריאגן די בנים אז מ'גייט שוין אין שוהל.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 11:52 am
דורך קאווע טרינקער
או אינו?
ווייל ס'דא א פייפער קוקט מען נישט אין לוח
ווייל ס'דא ביקור חולים צימער, נעמט מען נישט מיט עסן

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 12:16 pm
דורך אביגדור
און ווייל ס'איז דא קאווע שלאפט מען נישט געהעריג.

און ווייל ס'דא פוד סטעמפס ארבעט מען נישט געהעריג.

און ווייל יעדע כולל יונגערמאן איז סיי ווי א "הרב" לערנט מען נישט געהעריג.

און ווייל דער געשעפטסמאן שרייבט אראפ באלאנסירט מען נישט געהעריג דעם טשעק-בוק.

און וויילן דער רב / רבי וועט שוין מאכן די החלטה טראכט מען נישט געהעריג.

ווייל דער בוחן שלאפט סיי ווי קען מען נישט געהעריג.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 2:18 pm
דורך קינות גירושין
און ווייל דער רב / רבי וועט שוין מאכן די החלטה טראכט מען נישט געהעריג!!!!!!!!!

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:04 pm
דורך שושן פורים
באדעם ליין, פארוואס האט זיך עס טאקע צופיפן אזוי פרי?

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:13 pm
דורך קינות גירושין
טעות am and pm

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:37 pm
דורך שושן פורים
לבי אומר לי אז עס איז גארנישט קיין טעות , נאר היות די וועלט רידערט יעצט ארום מיט ביבי נתניהו , און pm איז דאך ראשי תבות פריים מיניסטער , איז להוציא מלבם האט מען געטוישט פון am צו pm